בולעטין
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
בולעטין
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
ג' חיי שרה פ״ז
היסטאריש גערעדט טוט די פארטיי פונ'ם פרעזידענט פארלירן ביי די מידטורם וואלן, א זאך וואס איז געווען ביי אלע מידטורם וואלן זייט די צווייטע וועלט קריג, אויסער ביי צוויי פעלער.
אנקעטעס ווייזן אז היינט נאכט וועט נישט זיין קיין אויסנאם, נאר די פראגע איז ווי ווייט עס וועט גיין, צו די דעמאקראטן וועלן בלויז איבערנעמען קאנטראל פון קאנגרעס אדער אויך פונ'ם סענאט.
פאליטישע אנאליסטן זענען ביים מיינונג אז די קאנגרעס איז נישט קיין פראגע אז עס וועט טוישן הענט צו די דעמאקראטן, און זענען צוטיילט ביים מיינונג אויב אינ'ם סענאט וועט זיין די זעלבע.
די היינטיגע פארמעסטן נעמט אריין אלע 435 קנגרעס זיצן צוזאמען מיט 35 סענאט זיצן, וואס א מערהייט פון זיי ווייסט מען שוין פון פאראויס פאר וועלכע זייט עס וועט גיין, נאר די פראגע איז אויף א צאל סווינג דיסטריקטס.
כדי איבערצונעמען קאנטראל פון קאנגרעס דארפן דעמאקראטן געוואונען נישט מער ווי 3 קאנגרעס זיצן, און פאר קאנטראל אינ'ם סענאט דארפן זיי געוואונען 4 זיצן.
אין פאל דעמאקראטן נעמען איבער דעם מאיאריטעט אין קאנגרעס איז ערווארטעט אז זיי וועלן אינטערנעמען א צאל אויספארשונגן אויף די טראמפ אדמיניסטראציע, אין צוגאב צו פארלאנגן פארשידענע קאנצעסיעס פון פרעזידענט טראמפ דורכצולאזן זיינע בילס.
אויב זיי באווייזן אויך איבערצונעמען קאנטראל פונ'ם סענאט, דאן וועלן זיי אויך האבן דעם מעגליכקייט צו בלאקירן טראמפ'ס נאמינאציעס, אריין גערעכענט סופרים קארט נאמינאציעס.
ווען עס קומט צו סטעיטווייד פארמעסטן זענען פארהאן צענדליגער גאווערנער בענקלעך אויף וואס מען שטימט היינט, אריין גערעכענט די גאווערנער פארמעסט אין ניו יארק צווישן גאווערנער האוקול מיט איר ריפובליקאנער קעגנער ברוס בלעיקמאן.
דורכאויס די ערשטע פאר שעה פונ'ם טאג היינט זענען די וואלן אין א מערהייט געגנטער דורך גלאטיג, אויסער אין געציילטע ערטער, אריין גערעכענט אין וועסטשטעסטער, וואו עס האט זיך געשאפן פראבלעמען מיט מאשינען וועלכע האבן נישט געוואלט אריין נעמען פאפירענע בעלאטס, דעריבער זענען א צאל בעלאטס פון מענטשען געשטעלט געווארן אין אמערדזשענסי זעקלעך זיי צו קענען שפעטער ציילן.
שלאקס רעגענעס זענען אויך ערווארטעט צו שטערן וויילער אין אנדערע סטעיטס, אריין גערעכענט חלקים פון קאלאראדא, אריזאנא, יוטא און ניו מעקסיקא.
ווען עס קומט צו האלטן אן אויג אויף די אויטענטישקייט פון די וואלן, האט די יוסטיץ דיפארטמענט היינט ארויס געשיקט טויזענט וואל אבזערווירער וועלכע דרייען זיך ארום אין אלע 50 סטעיטס, די גרעסטע אזא אפאראט אין היסטאריע.