בולעטין
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
בולעטין
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
ב' חיי שרה פ״ז
אראבישע לענדער אינעם פערסישן גאלף ראיאן האבן געשיקט א ווארענונג פאר איראן אז סיי וועלכע דירעקטע אטאקעס קעגן זייער וויכטיגע אינפראסטרוקטור, וועט ברענגען מיליטערישע נקמה.
די ווארענונג האט אנגעגעבן פאר איראן אז די לענדער אינעם ראיאן וועלן זיך קאארדינירן אינאיינעם און אונטערנעמען מיליטערישע אפעראציעס קעגן איראן, און אויך וועלן די לענדער באזונדער רעאגירן צו יעדע איראנער אטאקע.
די ווארענונג איז איבערגעגעבן געווארן צווישן אנדערן דורך די עמירעיטס און קאטאר, וועלכע האבן שוין אנגעהויבן דעפענסיווע מיליטערישע צוגרייטונגען פאר מעגליכע איראנער אטאקעס אויף אירע ענערגיע איינריכטונגען.