בולעטין
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
בולעטין
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
ב' חיי שרה פ״ז
טראמפ זאגט אז ער טוט עס וויבאלד ער האלט אז די יעצטיגע וואלן איז זייער וויכטיג, כדי זיכער צו מאכן אז אמעריקא פאלט נישט צוריק און דערלייגט נישט אירע ביז יעצטיגע סוקסעסן.
זיינע ווערטער קומען אין צייט וואס דער באקאנטער פאליטישער אנאליסט נעיט סילווער איז ארויס מיט א פארשאצונג, אז אמעריקאנער זאלן זיך רישן פאר א בלויע צונאמי ביי די וואלן מארגן נאכט.
סילווער זאגט אז ער ערלויבט זיך ארויס צו קומען מיט די פארשאצונג, נאכדעם וואס 'סיענע' איז ארויס מיט איר לעצטע אנקעטע בעפאר די וואלן, און עס ווייזט אז דעמאקראטן זענען פאראויס אין יעדע שליסל סענאט פארמעסט אין צוגאב צו גאווערנער פארמעסטן.
לויט 'סיענע' זענען די דעמאקראטן פאראויס מט 11 פונקטן ביי די מישיגען סענאט פארמעסט, 7 פונקטן אין טעקסעס, 6 פונקטן אין מעין, 5 פונקטן אין קענסעס און אהייא, 2 פונקטן אין אלאסקא און איינס אין אייאווא.
די 'דעסישאן דעסק הויפטקווארטיר' גרופע איז אוך היינט ארויס מיט איר פארשאצוגנן אז דעמאקראטן וועלן געוואונען די סענאט פארמעסטן אין טעקסס, אלאסקא און מעין, גענוג צו זיין אין א גוטע פאזיציע צו באקומען דעם סענאט מאיאריטעט.
די גרופע זאגט אז לויט אירע פארשאצונגן וועט די מארגענדיגע נאכט זיך ענדיגן מיט אן אויבערהאנט פון 52 סענאט זיצן פאר די דעמאקראטן אקעגן 48 פאר די ריפובליקאנער.
די פארשאצונגן וועלכע ווערן ארויס געגעבן זענען נישט מער ווי פארשאצונגן באזירט אויף אנקעטעס און אנדערע פאקטארן, אבער די ריכטיגע בילד וועט מען וויסן הערשט ווען די רעזולטאטן קומען אריין מארגן נאכט, איבערהויפט אין געגענטער וואו עס קען זיך אסאך ווענדן אין טורנאוט ביי ביידע זייטן.
נעיט סילווער זעלבסט האט זיך אויך באווארענט, זאגענדיג, אז זיין פארשאצונג פאר א שטארקע נאכט פאר די דעמאקראטן איז באזירט בלויז אויף ציפערן און אינפארמאציע וואס זענען פארהאן, און אויב עס שטעלט זיך ארויס אז די אנקעטעס זענען אומריכטיג אדער זאכן גייען אין אן אנדערע ריכטונג קען די בילד זיין אנדערש.