בולעטין
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
בולעטין
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
ב' חיי שרה פ״ז
אין אן אומגעווענטליכן שריט, האט מדינת ישראל'ס פרעזידענט באשלאסן אפצוהאלטן קאאליציע געשפרעכן מיט קליינע פארטייען און הערשט נאכדעם מיט די גרויסע פארטייען, אנדערש ווי געווענטליך ווען עס גייט פון אויבן אויף אראפ.
הערצאג וועט צוערשט אויפנעמען די קלענסטע פארטייען צו הערן וועם זיי ווילן נאמינירן פאר פרעמיער מיניסטער, און דערנאך גיין ארויף און ארויף ביז צום ליכוד פארטיי פון נתניהו וואס גייט זיין צום לעצט.
הערצאג זאגט אז די באשלוס איז געמאכט געווארן כדי צו מוטיגן פארטייען אז זיי זאלן טראכטן 'ארויס פון די באקס', און געבן א געלעגענהייט אויפצוברענגן א ברייטע אויסוואל פון קאאליציע אפמאכן נאך בעפאר די גרויסע פארטייען קומען אריין אין בילד.