בולעטין

נייעס

וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען. 

בולעטין

נייעס

וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען. 

ב' חיי שרה פ״ז

די באזיך פון ווענס און טראמפ דזשוניער צו די 21'סטע דיסטריקט אין אפסטעיט, טוט אינטערשטרייכן די נאציאנאלא אויפמערקזאמקייט פאר'ן פארמעסט צווישן דעם ריפובליקאנער קאנדידאט ענטאני קאַנסטענטינאָ אקעגן דעם דעמאקראטישן קאנדידאט בלעיק דזשענדעבּיען.
דאס קומט וויבאלד אנקעטעס ווייזן אז דעמאקראטן האבן א שאנס איבערצונעמען די דיסטריקט, וואס פלעגט לאנגע יארן געהאלטן ווערן דורך די ריפובליקאנער פארטיי, אריין גערעכענט די ארויס גייענדע קאנגרעס מיטגליד פרוי סטעפעניק.
ביי די פרעזידענט וואלן צוויי יאר צוריק האט טראמפ געהאט אן אויבערהאנט פון מער ווי 20 פראצענט פונקטן אין די דיסטריקט, און ריפובליקאנער טוען זיך גאר שטארק באמיען אז עס זאל נישט זיין צווישן די דיסטריקטס וועלכע גייען פאלן מארגן נאכט פאר די דעמאקראטן.