בולעטין
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
בולעטין
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
ב' חיי שרה פ״ז
יערי ליבערמאן, א תלמיד פון ישיבת "אור החיים", איז יעצט אינדערפרי אין אר"י באפרייט געווארן פונעם מיליטערישן טורמע נומער 10, נאך שווערע השתדלות פון די עסקנים.
די פרשה וואס האט אויפגערודערט אר"י האט פאסירט נעכטן זונטאג, ווען דער חתן, וועלכער האט ערשט חתונה געהאט פאריגע וואך, איז געווען אויפ'ן וועג מיט זיין כלה צו א שבע ברכות ווען ער איז פלוצלינג באפאלן געווארן דורך מיליטערישע אפיצירן אין ציווילע קליידער, אן קיין שום אידענטיפיקאציע קארטלעך און האבן אים אראפגעכאפט ביים אראפגיין פונעם באס און קורץ דערנאך איז ער שוין פאראורטיילט געווארן צו צוואנציג טעג תפיסה.
דער ארעסט האט צוגעברענגט צו שטורעמישע מחאות דורכאויס די גאנצע נאכט אין ירושלים און בית שמש, וואו פאליציי האט געווארפן שאק גראנאטן דירעקט אריין אין די פארזאמעלטע, און יעצט איז ער באפרייט געווארן.