בולעטין
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
בולעטין
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
א' חיי שרה פ״ז
דער אמעריקאנער אמבאסאדאר צו מדינת ישראל מייק הוקאבי האט געווארנט היינט אז מדינת ישראל שטייט אויס גאר שווערע קאאליציע פארהאנדלונגען נאך די ארטיגע וואלן, און ער זאגט אז ס'איז מעגליך דא אויסלענדישע איינפלוס.
הוקאבי האט אנגעצייגט אז נתניהו'ס בלאק האט 53 זיצן אין פארגלייך צו די 48 זיצן פאר די אפאזיציע אונטער די פירערשאפט פון אייזענקאט, וואס באדייט אז קיינער האט נישט די נויטיגע צאל 61 זיצן צו פארמירן א רעגירונג.
דער אמבאסאדאר זאגט אז אמעריקע וועט ארויסהעלפן די אויספארשונגען איבער די באשולדיגונגען אז קאטאר און טערקיי האבן פינאנצירט אן אונטערנעמונג ארויסצוברענגען וואס מער אראבישע שטימען.