בולעטין

נייעס

וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען. 

בולעטין

נייעס

וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען. 

א' חיי שרה פ״ז

שטייענדיג צוויי טעג בעפאר די מידטורם וואלן, גייט פרעזידענט טראמפ היינט אפהאלטן ראליס אין צוויי סטעיטס וואס ער האט גרינג געוואונען אין די פארגאנגענהייט, אינטערשטרייכענדיג די דעפענסיווע צושטאנד פון די ריפובליקאנער פארטיי.
טראמפ וועט צוערשט באזיכן אייאווא, וואו ריפובליקאנער קעמפן אנצוהאלטן קאנטראל פון א קריטישע סענאט זיץ, די גאווערנער בענקל און א קאנגרעס זיץ וואס קען גיין ביידע זייטן.
דערנאך וועט טראמפ גיין קיין קענסעס, וואו דער דעמאקראטישער קאנידאט עדעם העמילטאן קעמפט צו ווערן די ערשטע דעמאקראט אין 94 יאר צו געוואונען דארט א סענאט זיץ.
סאוט קאראליינא סענעטאר טים סקאט, וועלכע דינט אלץ פארזיצער פון די ריפובליקאנער סענאט קאמיטע, זאגט, אז ער איז רואיג ביי זיך אז זיין פארטיי וועט אנהאלטן קאנטראל פונ'ם סענאט.
ער זאגט אז די וואלן איז זיער קלאר א רעפערענדום אויף טראמפ זעלבסט, און ער איז צופרידן פון די ראלע וואס טראמפ נעמט ארויס צו ברענגן די ריפובליקאנער מאסן.