בולעטין
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
בולעטין
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
א' חיי שרה פ״ז
סעקרעטערי אוו סטעיט מארקא רוביא זאגט, אז אמעריקא האט נישט געהאט קיין שום ראלע אין ארגאנאזירן די רייזע קיין אמעריקא פונ'ם בראזיליאנער סענעטאר און פרעזידענט קאנדידאט פלאוויא באלסענארא.
רוביא זאגט אז באלסענארא האט שוין געהאט אן אמעריקאנער וויזא פון פריער, און טראמפ האט געמאכט א באשלוס אים אריין צו לאזן אין לאנד, אבער אן נעמען סיי וועלכע ראלע אין זיין רייזע אהער.
באלסענארא איז אינטער אויספארשונג אין זיין היימלאנד פאר קארופציע און אנדערע קלאגעס, און איז געווען אינטער א פארלאנג פון די פאליציי אויפצוגעבן זיין פאספארט צוליב זארג אז ער קען אנטלויפן, אזויווי ער האט ביים ענדע געטון.