בולעטין

נייעס

וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען. 

בולעטין

נייעס

וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען. 

א' חיי שרה פ״ז

ניו יארק סיטי מעיאר זאראן מאמדאני האט ערהאלטן א פארזיכערונג פון פרעזידענט טראמפ צו שענקן א וויזא פאר די מוטער פון א 15-יעריגע אימגיראנט פון גאנא וועלכע איז אומגעקומען אין א פאטאלא שיסעריי אין די בראנקס.
דער 15-יעריגער דזשעוויץ פרימפּאָנג איז אומגעקומען אין א שיסעריי פאריגע וואך דאנערשטיג ווען ער איז געווען אינטערוועגענס צו זיין שולע אין די בראנקס.
מאמדאני זאגט, אז נעמענדיג אין באטראכט די טיפע ווייטאג פון די משפחה, איבערהויפט די מוטער וועלכע וואוינט אין גאנא, האט ער זיך פארבינדן מיט פרעזידענט טראמפ צו בעטן אז זיין אדיניסטראציע זאל געבן א וויזא פאר די מאמע צו קענען מיטהאלטן די באגרעבעשעניש צערעמאניעס, און טראמפ איז איינגעגאנגן דערויף.