בולעטין
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
בולעטין
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
א' חיי שרה פ״ז
פרעזידענט דאנאלד טראמפ האט גערעדט אויפן טעלעפאן מיטן מדינת ישראל פרעמיער מיניסטער נתניהו היינט, אינמיטן וואס אמעריקע פארשטארקערט אירע פלענער צו באנייען די מלחמה קעגן איראן.
ביידע רעגירונגען האבן נישט ארויסגעגעבן צופיל דעטאלן פון וואס זיי האבן גערעדט, אבער עס קומט אין א צייט וואס עס ווערט באריכטעט אז מדינת ישראל לייגט פרעשור אויף אמעריקע אויפצוגעבן אויף יעדע שאנס פאר א שלום אפמאך.
די ווייסע הויז האט באשטעטיגט די טעלעפאן קאל צווישן טראמפ און נתניהו, און האט געזאגט אז דאס איז געקומעןו נאך א ווייסע הויז זיצונג פון פרעזידענט טראמפ מיט הויכראנגיקע גענעראלן.