בולעטין
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
בולעטין
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
א' חיי שרה פ״ז
די 26.5 מייל מאראטאן לויפט דורך אלע 5 באראס, וואס מיינט אז עס זענען פארהאן פארשליסונגן אין יעדע בארא באזונדער, די מאראטאן לויפט פון סטעטן איילענד אריבער די ווערעזאנא בריק קיין ברוקלין, וואו עס גייט אריבער בעי רעידזש, סאנסעט פארק, קלינטאן היל, וויליאמסבורג און גרינפוינט.
דערנאך כאפט זיך עס אריבער די פולאסקי בריק פאר א קורצע געלויף אין קווינס, בעפאר עס גייט אריבער 59'ט סטריט קיין מאנהעטן, און פון דארט אריבער צו די בראנקס דורך די וויליס עוועניו ברידזש, און דערנאך אראפ פיפט עוועניו צו די ענדע ליניע אויף פיפט עוועניו.
ווי אלע יארן וועט די ווערעזאנא ברידזש זיין פארשלאסן אין ביידע ריכטונגן, אנגעפאנגן ביי די אפער לעוול שוין היינט 12 ביינאכט, און די אנדערע שטאק פון מארגן 7 צופרי.
בעדפארד עוועניו אין וויליאמסבורג וועט זיין פארשלאסן מארגן פון צופרי ביז שפעט נאכמיטאג, צוטיילענדיג די שטאט אין צווייען אן קיין מעגליכקייט אריבער צו גיין פון איין זייט צום אנדערע אויסער דורך די הייוועי.
אין צוגאב צו דעם וועלן נאך צענדליגער גאסן און חלקים פון גרעסערע שאסייען זיין פארשלאסן דורכאויס די טאג, דעריבער איז ראטזאם וואס ווייניגער ארום צו פארן.
די ניו יארק סיטי פאליציי דיפארטמענט האט געמאלדן א פארשטאקערטע וואך מיט אפיצירן אויף די ערד, ים און די הימלן צו האלטן אן אויג איף די 60 טויזנט לויפער און די ארום א מיליאן מיטהאלטער זיכער צו מאכן אז אלעס איז אין ארדענונג.