בולעטין
נייעס
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
בולעטין
נייעס
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
ו' וירא פ״ז
אוקריינע דורכגעפירט פרישע דראון אטאקע אויף רוסישע אויל ריפיינערי אפשטעלנדיג פאוזע אויף רוסישע איינריכטונגען
אוקריינע האט דורכגעפירט א פרישע דראון אטאקע היינט קעגן רוסלאנד'ס נאוואבישעווסק אויל ריפיינערי אין די סאמא ראיאן.
די באמבארדירונג האט געברענגט אן ענדע צו דעם וואס אוקריינע האט געהאט סוספענדירט אירע אטאקעס אויף רוסישע ענערגיע איינריכטונגען אין די לעצטע צוויי וואכן צוליב פרעשור פון פרעזידענט טראמפ.
אוקריינע האט געזאגט אז די סיבה פארוואס זיי האבן באנייט די אטאקעס אויף רוסישע אויל איינריכטונגען איז צוליב וואס די רוסן האבן זיך נישט צוריקגעהאלטן פון אטאקירן אוקריינישע שטעט און ענערגיע איינריכטונגען.