בולעטין

נייעס

וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען. 

בולעטין

נייעס

וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען. 

ו' וירא פ״ז

דאס קומט נאכדעם וואס די סיטי האט געמאכט שינויים אין די טראפיק ליניעס און אריינגעלייגט א "באס לעין", וואס האט געצוואונגען די קארס צו פארן אונטער ביימער וועמענס צווייגן הענגען איבער די קברים פונעם דערנעבנדיגן "וואשינגטאן סעמעטערי".
לויט די הוראה פונעם וועד, זאלן כהנים פארמיידן פון אריבערגיין אדער דורכפארן מיט א קאר אדער באס אויף בעי פארקוועי, צווישן מעקדאנעלד עוועניו און עוועניו דזשעי, אויפ'ן זייט וואס פירט פון מעקדאנעלד צום ריכטונג עוועניו דזשעי (קעגנאיבער דער מאביל געז סטעישאן). דער פראבלעם גייט אן סיי ביים גיין צופוס און סיי ביים פארן, ביז ווילאנג מען וועט מסדר זיין די צווייגן.
עסקנים ארבעטן שוין העפטיג אינאיינעם מיט די סיטי באאמטע צו קענען אפשניידן די צווייגן און מתקן זיין דעם מכשול אין די קומענדיגע טעג.