בולעטין
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
בולעטין
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
ה' וירא פ״ז
אוקריינע האט צייטווייליג אויפגעהערט דראון באמבארדירונגען קעגן רוסישע אויל ריפיינעריס אין די לעצטערע טעג נאך לאנגע וואכן פרעשור פון פרעזידענט טראמפ.
אוקריינישע מיליטערישע יוניטס האבן באקומען אן אנווייזונג עטליכע טעג צוריק אז זיי זאלן דערווייל מער נישט באמבארדירן רוסישע ריפיינעריס, אבער האבן נאך באקומען ערלויבעניש אפצוענדיגן געפלאנטע באמבארדירונגען וואס האבן שוין געהאלטן אינמיטן.
דערווייל האט אוקריינע נישט אפיציעל געמאלדן די אפשטעל פון אטאקעס אויף די רוסישע ריפיינעריס, און מען ווארט צו זען צי דאס וועט עפעס נאנטער ברענגען שלום געשפרעכן.