בולעטין

נייעס

וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען. 

בולעטין

נייעס

וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען. 

ה' וירא פ״ז

א גריכישע קאנטעינער שיף געטשארטערד דורך די מדינת ישראל 'זים' שיפינג קאמפאני, האט געזינקן אין די שווארצע ים, נאכ'ן אטאקירט ווערן דורך עטליכע ים דראונס ווען די שיף האט זיך געפונען נאנט צו בולגאריע, די לעצטע אין א קייט פון אזעלכע אינצידענטן וואס מען גלייבט אז עס איז פארבינדן צו די מלחמה צווישן רוסלאנד מיט אוקראינא.
די שיף האט געפירט 421 שיפּינג קאנטעיערס פון חיפה צו די רומענישע פארט שטאט קאָנסטאַנטא, און זייענדיג אין בולגאריע'ס עקאנאמישע ים זאנע איז עס געקומען אינטער אטאקע פון דריי דראונס.
אלע 18 שיף מאטראזן זענען געווארן ארויס געראטעוועט בעפאר די שיף האט געזינקן אין וואסער.
בולגארישע באאמטע זאגן אז זיי האבן באקומען א ווארענונג פון פאראויס איבער די אטאקע, אבער זיי האבן גארנישט געקענט טון עס אפצושטעלן.
די אינצידענט האט פאסירט אין צייט וואס די דיפענס מיניסטארן פון בולגאריע, רומעניע און טערקיי האבן אפגעהאלטן א זיצונג אין בולגאריע'ס הויפטשטאט סאפיע, צו דיסקוסירן זיכערהייט אין די שווארצע ים ראיאן.
די לעצטע פאר וואכן זענען פארגעקומען א צאל דראון אטאקעס איף שיפן נעבן די צוויי נאטא לענדער רומעניע און בולגאריע, פירענדיג צו פראגן אויב פרעזידענט פוטין זיכט אויסצופראבירן זייער שטיצע פאר אוקראינא.