בולעטין
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
בולעטין
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
ה' וירא פ״ז
בריטישע סופערמארקעטס האבן געזען א שטארקע וואוקס אין די פארלאנג פאר וואסער, אשר יצר פאפיר און עמורדזשענסי סופלייס אין די לעצטערע טעג.
דאס קומט אין רעאקציע צו דעם וואס די בריטישע רעגירונג האט ארויסגעשטעלט איר "בי רעדי" קאמפיין, וואס האט אפעלירט צו די בירגער אז יעדע פאמיליע זאל מאכן זיכער צו האבן אינדערהיים גענוג וויכטיגע עסנווארג און סופליי פאר 72 שעה, אין פאל פון א דיזעסטער.
אשר יצר פאפיר קאמפאניס זאגן אז סעילס זענען געשפרונגען מיט 40 פראצענט, און אלעס אינאיינעם איז די סעילס פון עמורדזשענסי פראדוקטן געשפרונגען מיט 172 פראצענט.