בולעטין

נייעס

וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען. 

בולעטין

נייעס

וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען. 

ה' וירא פ״ז

דער רוסישער פרעזידענט וולאדימיר פוטין האט אויסגעלויבט אילאן מאסק אלס אן עכטער דזשיניעס, און ער האט געזאגט אז רוסלאנד איז שטארק הונטערשטעליג פון מאסק'ס סטארלינק סאטעלייט אינטערנעט נעטווארק.
געבנדיג א רעדע ביי א מאסקווע סאמיט מיט אפריקאנער פירער, האט פוטין געזאגט אז רוסלאנד האט געשיקט דערווייל מער ווי דרייסיג סאטעלייטס צו ספעיס צו קאנקורירן מיט סטארלינק מיט איר אייגענע "ראסוועט" סיסטעם.
דאס איז ממש גארנישט אין פארגלייך מיט די 10 טויזנט סטארלינק סאטעלייטס, און פוטין האט געזאגט אז רוסלאנד איז אין נאנטע קאנטאקט מיט מאסק צו קאארדינירן סאטעלייט אפעראציעס.