בולעטין
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
בולעטין
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
ד' וירא פ״ז
קאַטאַר האָט אָנגעהויבן פירן א פרישע רונדע געשפּרעכן צו פאַרמיידן די מלחמה צווישן אַמעריקע און איראַן פון צוריק אויפפלאַקערן נאָך די נאָוועמבער וואַלן.
א הויכפּונקט פון די פרישע פּרואוו איז אַז קאַטאַר, פּאַקיסטאַן, סאַודי אַראַביע, עגיפּטן און טערקיי לייגן דרוק אַז איראַן זאָל אַריינלאָזן יו-ען נוקלעאַרע אינספּעקטאָרס אין אירע געשעדיגטע נוקלעאַרע איינריכטונגען.
לויט קוועלער האָבן די לענדער צוגעזאָגט פאַר איראַן אַז זיי וועלן באַקומען פינאַנציעלע הילף אויב זיי ערלויבן אינספּעקטאָרס צו באַזוכן די פּלעצער, אָבער אַמעריקע פאָדערט אויך אַז איראַן זאָל אויפגעבן איר אַרסענאַל פון באַרייכערטע אוראַניום.