בולעטין

נייעס

וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען. 

בולעטין

נייעס

וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען. 

ד' וירא פ״ז

די פעדעראַלע אַגריקולטור דעפּאַרטמענט האָט אַרויסגעשטעלט א פאָרשלאַג וואָס וועט פאָדערן אַלע סטעיטס צו ערזעצן די ביז יעצטיגע פוד סטעמפּס קאַרטלעך מיט נייע קאַרטלעך וואָס האָבן טשיפּס דערין.
די פוד סטעמפּס קאַרטלעך נוצן נאָך די אַלטע סאָרט מאגנעטיק סטרייפּ טעכנאָלאָגיע, וואָס דאָס מאַכט גרינגער פאַר קרימינאַלע פּאַרשוינען צו גנב'נען די אינפאָרמאַציע און מאַכן פאַלשע קאַרטלעך און אויסליידיגן אַקאַונטס.
די אַגריקולטור באַאַמטע זאָגן אַז די נייערע סאָרט קאַרטלעך מיט די טשיפּ טעכנאָלאָגיע, וועט מאַכן אַסאַך שווערער פאַר גנבים צו גנב'נען פוד סטעמפּס בענעפיטן פון פאַמיליעס.