בולעטין
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
בולעטין
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
ד' וירא פ״ז
די אַמעריקאַנער מיליטער און די בריטישע מיליטער האָבן אינאיינעם זיך אָנגעהויבן גרייטן פאַר די מעגליכקייט אַז א פּאָטענציעלע גרויסע מלחמה וועט ברענגען שוועריגקייטן אויף גרויסע באַפעלקערונגען.
צווישן די צוגרייטונגען, ערוואַרט מען די מעגליכקייט אַז א צוקונפטיגע מלחמה וועט ברענגען פאַרשפּרייטע קורצשלוסן, אָפּגעהאַקטע סופּליי טשעינס, און אַטאַקעס אויף וויכטיגע אינפראַסטרוקטור אויף אַמעריקאַנער טעריטאָריע.
אַלס א טייל פון די צוגרייטונגען, האָט די בריטישע רעגירונג אָנגעזאָגט פאַר איר באַפעלקערונג אַז יעדער זאָל האַלטן ביי זיך אינדערהיים א סופּליי פון עמורדזשענסי עסנוואַרג און אַנדערע געצייג.