בולעטין
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
בולעטין
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
ד' וירא פ״ז
מדינת ישראל פרעמיער מיניסטער איז ארויס געקומען מיט א הארבע באשולדיגונג אז אראבישע פארטייען האבן גע'גנב'ט די וואלן דורך ברייט פארשפרייטע וואל פעלטשערייען און רדיפות.
אין א סטעיטמענט זאגט די ליכוד פארטיי, אז די וואלן זענען גע'גנב'ט געווארן דורך אראבישע פארטייען וועלכע שטיצן טעראריסטן און די פארניכטונג פון מדינת ישראל.
די פארטיי באשולדיגט די אראבישע פארטייען אויף ערענסטע קרימינאלע פארלעצונגן פון כאבאר, סטראשונגן, פעלטשערייען און געוואלדטאטן, און פאדערט אויספארשונגן דורך די פאליציי, די ש"ב און די צענטראלע וואל קאמיטע.
צווישן אנדערע באשולדיגט די פארטיי אז עס זענען געווען טויזנטער ענוועלאפס מיט קעש געלט צוזאמען מיט בעלאטס פאר די רעם פארטיי, אז מען האט געסטראשעט וואל ארבייטער מיט געוואלדטאטן, און אז מערערע וויילער זענען אריין צוזאמען מיט אנדערע אין די שטים בודקעס.