בולעטין

נייעס

וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען. 

בולעטין

נייעס

וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען. 

ד' וירא פ״ז

שטייענדיג אין די לעצטע טעג פון די יעצטיגע קאמפיין סעזאן, איז ערשינען א פרישע 'סיענע' אנקעטע, וואס ווייזט אז גאווערנער האוקול האלט ווייטער אן א באקוועמע אויבערהאנט איבער איר ריפובליקאנער קעגנער ברוס בלעיקמאן.
לויט 'סיענע' שטייט האוקול ביי 54 פראצענט און בלעיקמאן ביי 40 פראצענט, א דיפערענץ פון 14 פונקטן, ענליך צו א 'מעריסט' אנקעטע, וואס שטעלט האוקול ביי 53 פראצענט און בלעקימאן ביי 42 פראצענט.
בלעיקמען מאכט אוועק די אנקעטעס, זאגענדיג, אז אין ווארהייט איז די פארמעסט פיל נענטער, נאר ריפובליקאנער ווערן שטארק אינטערגעשאצט אין די אנקעטעס.