בולעטין
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
בולעטין
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
ד' וירא פ״ז
א סערבישער פאליציי אפיציר האט פאטאל דערשאסן א פארשוין באוואפענט מיט מעסערס וועלכע האט אים פראבירט צו אטאקירן ביים שטיין אויף די וואך אינדרויסן פון די מדינת ישראל אמבאסאדא אין בעלגראד.
דער פארשוין האט צוערשט געשריגן אלא אכבאר, און דערנאך פראבירט צו אטאקירן דעם אפיציר מיט צוויי מעסערס, אבער דער אפיציר האט געעפענט פייער און אים אומגעברענגט.
סערבישע באאמטע זאגן אז זיי באטראכטן עס אלץ א טעראר אטאקע, און האבן אין רעזולטאט געהויבן די טעראר ווארענונג שטאפל צום העכסטן, און געהעכערט די וואך ביי א צאל סענסיטיווע לאקאלן איבערן לאנד.