בולעטין

נייעס

וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען. 

בולעטין

נייעס

וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען. 

ד' וירא פ״ז

ווייניגסטענס 64 מענטשען זענען אומגעקומען און נאך צענדליגער אנדערע זענען פארוואונדעט געווארן פון אן עקסידענט צווישן צוויי היי-ספיד באנען אין די שטאט טאָלעדאָ אין שפאניע.
די עקסידענט האט פאסירט ווען א שנעל-לויפענדע באן האט אריין געקראכט מיט קראפט אין א צווייטע באן וואס האט זיך געהאט אפגעשטעלט אויף די שינעס, ביידע פון זיי אנגעפילט מיט פילע פאסאנדזשירן.
דאס איז שוין די צווייטע טויטליכע עקסידענט דעם יאר אויף שפאניע'ס היי-ספיד באן סיסטעם דעם יאר, נאך אן עקסידענט פריער אין יאר וואס האט געקאסט דאס לעבן פון 46 מענטשען.
שפאניע'ס היי-ספיד באן נעטווארק איז ביז דעם יאר געווען א נאציאנאלא שטאלץ, אנגייענדיג זייט יאר 1992 למס' אן קיין שום פאטאלע עקסידענטן.