בולעטין

נייעס

וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען. 

בולעטין

נייעס

וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען. 

ד' וירא פ״ז

א טאג נאך די וואלן אין מדינת ישראל איז שוין געציילט געווארן ארום 85 פראצענט פון אלע שטימען, און ווי זאכן שטייען יעצט איז די רעכטע בלאק פון פרעמיער מיניסטער נתניהו פאראויס מיט 53 זיצן, 8 ווייניגער ווי די 61 וואס פעלט זיך אויס צו פארמירן א רעגירונג, די לינקע אפאזיצע בלאק אנגעפירט דורך גאדי אייזענקאט שטייט ביי 48 זיצן, און אראבישע פארטייען ביי א געמיינזאמע 19 זיצן.
די ליכוד פארטיי איז ווייטער די שטארקסטע, ביי 26 זיצן, דערנאך אייזענקאט'ס ישר פארטיי 21 זיצן, בענעט'ס ביחד פארטיי 12 זיצן, די אראבישע הַמשוּתֶּפֶת פארטיי 12 זיצן, די דעמאקראטס אינטער יאיר גולן 8 זיצן, יהדות התורה 7, ישראל בתינו 7, שס 7, ראַם 7 און עוצמה יהודית 7.
איינס פון די הויפט אנטוויקלונגן ביי די יעצטיגע וואלן איז געווען די פארשטארקערונג פון אראבישע פארטייען, וואס האט שטארק געהויבן זייער מאכט.
יאיר גולן פון די דעמאקראטס פארטיי האט ארויס געשטעלט א רוף פאר די לינקע אפאזיציע צו פארמירן א רעגירונג צוזאמען מיט אראבישע פארטייען, אבער עס איז נישט קלאר אויב אנדערע אפאזיציע פארטייען וועלן גרייט זיין דערפאר.