בולעטין
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
בולעטין
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
ד' וירא פ״ז
די ציפערן אין די מדינת ישראל וואלן לויט ווי עס האלט יעצט מיט כמעט 42 פראצענט שטימען דיסטריקטס איינגעזאמלט, שטעלט זיך ארויס אז די רעכטע בלאק פארטייען פון נתניהו וועט געווינען 57 זיצן.
לויט די יעצטיגע רעזולטאטן וועט די אפאזיציע בלאק פון פארטייען געווינען 47 זיצן, און די אראבישע ליסטע פון פארטייען אינאיינעם מיט די לינקע "רעם" פארטיי וועלן באקומען די איבריגע 16 זיצן.
צוליב וואס מען דארף א מינימום פון 61 זיצן, זעט אויס לויט די יעצטיגע אומשטענדן וועט נתניהו דארפן צובאקומען נאך שטיצע פון אנדערע קאנדידאטן, און אין די זעלבע צייט שטעלט זיך ארויס אז דריי קלענערע פארטייען, אריינגערעכנט הציבור החרדי, וועלן ארויספאלן פון אפילו געווינען איין כנסת זיץ.