בולעטין
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
בולעטין
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
ד' וירא פ״ז
איראנער רעזשים קאנטראלירטע מידיא האט אנגעהויבן צוגרייטן די איראנער באפעלקערונג פאר די מעגליכקייט אז אמעריקע וועט דורכפירן א נוקלעארע באמבארדירונג אויף איראנער טעריטאריע.
באזונדער ווערט באריכטעט אז די איראנער איסלאמישע רעוואלוציאנערע גווארדיע האט אין די לעצטערע טעג אנגעהויבן פארשנעלערן די פרואוון צו פראדוצירן א נוקלעארע וואפן, און אז די ארבעט ווערט געטאן אויף זייער א ווילדע און אומקאנטראלירטע וועג, וואס קען ברענגען אן ערנסטע קאטאסטראפע.
לויט אנאליסטן איז שטארק מעגליך אז די איראנער רעזשים וויל פשוט צוגרייטן די באפעלקערונג פאר א נוקלעארע דיזעסטער, אזוי אז זיי זאלן קענען זאגן אז אמעריקע אדער מדינת ישראל זענען שולדיג אין פאל עפעס פאסירט מיט זייערע אייגענע נוקלעארע טעסטס.