בולעטין
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
בולעטין
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
ג' וירא פ״ז
אינטער ענגלאנד'ס 'נאציאנאלא זיכערהייט געזעץ'.
דער 24 יעריגער בריטישער בירגער מוכאמעד אבדולקאַרים, איז געווארן אנגעקלאגט אויף זיין פארמישט אין אקטיוויטעטן וועלכע האבן ווארשיינליך ארויס געהאלפן אן אויסלענדישע שפיאנאזש אגענטור.
צוזאמען מיט אים האבן פראסעקיוטער אנגעקלאגט נומען עסגיר, א 24-יעריגער וועלכע פארמאגט סיי בריטישע און סיי איראנער בירגערשאפט.
עסגיר ווערט אנגעקלאגט מיט איין קלאגע פון אריין גיין אין א פארבאטענע זאנע מיט א ציל צו שעדיגן ענגלאנד.
נאך 6 אנדערע וועלכע זענען ארעסטירט געוארן אין פארבינדונג מיט די אינצידענט, געפונען זיך דערווייל אינדרויסן אויף בעיל.
די אינצידענט בעעם פעירפארד באזע האט פאסירט פארלאפענע סעפטעמבער 27 למס', ווען די פאליציי האט אפגעפונען א גרופע מענטשען פארדעכטיגטערהייט נעבן די באזע, מיט ווענס אין וואס זיי האבן פארמאגט קוואנטומס ברענשטאף.