בולעטין
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
בולעטין
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
ג' וירא פ״ז
אין א זעלענע שריט האט דער רוסישער פרעזידענט וולאדימיר פוטין אפגעהאלטן טעלעפאנישע געשפרעכן מיט די פירער פון פינלאנד און נארוועגיע, צוויי לענדער אליאירט מיט אוקראינא.
נישט לאנג נאכדעם האבן די צוויי אויך גערעדט טעלעפאניש מיט'ן אוקראינער פרעזידענט וולאדימיר זעלענסקי, אבער דעטאלן פון די געשפרעכן מיט פוטין און מיט זעלענסקי זענען נישט באקאנט.
די געשפרעכן ווערן געזען אלץ טייל פון די באנייטע דיפלאמאטישע פארזיך דורך פרעזידענט טראמפ, אנגעפירט דורך זיין פארשטייער סטיוו וויטקאף, וועלכע האט זיך געטראפן פאריגע וואך מיט פוטין.
בעפאר'ן אפרייזן קיין רוסלאנד האט וויטקאף זיך געטראפן אין אסלא מיט זעלענסקי און מיט די פירער פון פינלאנד און נארוועגיע, און די קרעמלין האט שפעטער אנערקענט אז מאסקאווא באטראכט די צוויי לענדער אלץ נייע מענטשען אין די ארבייט צו שליכטן דעם קאנפליקט.
פינלאנד מיט נארוועגיע פארמאגן גרעניצן מיט רוסלאנד, א פאקטאר וואס זיי נוצן צו פארלאנגן אז זיי זאלן האבן א ווארט אין פארהאנדלונגן וועלכע טוען אפעקטירן אייראפע'ס זיכערהייט.