בולעטין
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
בולעטין
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
ג' וירא פ״ז
פרוי טשאו האט געווינען א צווייטע טערמין אלס מעיאר אין טאראנטא, קאנאדע, און דער קאנדידאט ברעד ברעדפארד וועמען די לאקאלע מוסדות האבן אינדארסירט, האט פארלוירן די וואלן.
לויט די ערשטע ציפערן האט מעיאר טשאו באקומען מער ווי 528,000 שטימען קעגן ברעדפארד וועלכער האט באקומען ארום 400,000 שטימען, יעצט ווען כמעט אלע שטימען זענען שוין אפגעציילט.
ברעדפארד האט קאמפיינט אז ער וועט נידערן שטייערן, פארמערן פאליציי און רעפארמירן אינפראסטרוקטור, און די לאקאלע אידישע מוסדות האבן געהאפט פאר א ברעדפארד זיג, אבער ביים ענדע האט מעיאר טשאו געווינען ווידערוויילונג.