בליצן

נייעס

וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען. 

בליצן

נייעס

וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען. 

ג' חיי שרה פ״ז

4:23 pm

אין דעם יעצטיגן 2026 מידטערם וואל-סעזאן זענען דא עטליכע פראגן אויפ'ן בעלאט וואס זענען געצילט אויסצובייטערן די רעכטן פון פארמאגן וואפנס, אנשטאט זיי צו באגרעניצן. אין מעסעטשוסעטס וועלן די וויילער דארפן באשליסן צי מען זאל אנהאלטן אדער קענסלען א וויכטיגע געזעץ איבער "גאן קאנטראל" וואס איז אדורכגעגאנגען אין 2024, בשעת וואס אין ארקענסאו ווערט באטראכט צו צולייגן ברייטע קאנסטיטוציאנעלע שוץ פאר געווער און אלעס וואס באלאנגט דערצו. אנדערע פלענער וואס שטייען אויפ'ן טיש נעמען אריין פעסטצושטעלן א געזעצליכע רעכט צו גיין יעגן אין קאלאראדא, און אויסצואוויילן אן אפיציעלע "סטעיט וואפן" פאר די סטעיט איידעהא.