בליצן
נייעס
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
בליצן
נייעס
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
ג' חיי שרה פ״ז
ניו דזשערזי גאווערנאר, מייקי שעריל, האט ארויסגעשיקט א בריוו צו די אפערעיטארס פון די פארטן איבער די סטעיט, וואו זי זאגט זיי אן אז מען טאר נישט אויסלאדן קיין רוסישע דיזעל. זי טענה'ט אז די לייסענס וואס די טראמפ אדמיניסטראציע האט ארויסגעגעבן פאר די ברענשטאף גייט אקעגן דעם "רוסישן אויל אקט" פון יאר 2022. זי ווארנט אז ווער עס וועט דאס באהאנדלען קען באקומען שטראפן וואס זענען גלייך צו די גאנצע ווערד פון די סחורה – וואס קען באטרעפן "מיליאנען דאלארן" – אפילו לאנג נאכדעם וואס טראמפ וועט שוין מער נישט זיין אין אמט.