בליצן

נייעס

וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען. 

בליצן

נייעס

וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען. 

ב' חיי שרה פ״ז

12:38 pm

פאמיליע מיטגלידער האבן אידענטיפיצירט די קא-פילאט פונעם 'לער-זשעט 60' פליגער וואס האט געקראכט זונטאג אין גרין עיקערס, פלארידא, אלס די 20 יעריגע נאטאליע גאדעלע. אלע ניין מענטשן וואס זענען געווען אויפ'ן פליגער זענען אומגעקומען. די NTSB האט נאכנישט פארעפנטליכט די אידענטיטעט אדער די קוואליפיקאציעס פון די מאנשאפט, און זיי האבן נאכנישט באשטעטיגט ווער עס האט פראקטיש געהאלטן די קאנטראל בשעת'ן קראך.

גאדעלע, וועלכע איז אויפגעוואקסן אין פאלם ביטש קאונטי, האט באקומען איר פריוואטע פילאט לייסענס אין אקטאבער 2023 ווען זי איז אלט געווען בלויז 17 יאר, אלס א סטודענטקע אין די וועסט באקא ראטאן היי-סקול. לויט לאקאלע באריכטן האט זי דאס באוויזן דורך די 'עוויעישאן אקאדעמי' פראגראם פונעם פאלם ביטש סקול דיסטריקט, וואס האט באצאלט די קאסטן פאר'ן לייסענס. זי האט געהאט אויסגעדריקט איר חלום צו ווערן א קאמערציאלע עירליין פילאט. איר טרענירונג איז פארגעקומען ביי די 'אמעריקען פלייערס' פאסיליטי, וועלכע איז הויפטקווארטירט אין עדיסאן, טעקסאס, און האט א ברענטש אין פאמפאנאו ביטש, פלארידא.