פאליטישע נייעס

וואס קאכט זיך? דעם סך-הכל ארום די פאליטישע קאך-נייעסן; וועלכע דאמינירן דעם אויבנאן פונעם סדר היום.

פאליטישע קאך לעפל - יצחק קלאר

ו' אחרי פ״ד

קאָנגרעס און סענאַט דעמאָקראַטן ווערן כסדר מער אָנגעצויגן בשעת פּראָ-כאַמאַס פּראָטעסטן פאַרשטערקערן זיך איבער'ן לאַנד אויף קאַלעדזש קעמפּוס'ן און ציען אַלס מער אויפמערקזאַמקייט • פּרעזידענט בּיידען האָט געמאָלדן אַ באַדייטנדע פּאַליסי ענדערונג וואָס אַנבאַלאַנגט מאַריכוואַנאַ. די רעגירונג וועט עס קלאַסיפיצירן אַלס אַ שוואַכערע נאַרקאָטיק • די אַריזאָנע סופּרים קאָורט האָט מיט איין שטימע געאורטיילט לטובת די אַריזאָנע רעפּובליקאַנער פּאַרטיי אין אַן אָנקלאַגע וועגן די האַנט ציילונג פּראָצעדור נאָך די 2020 עלעקשאָן • פּרעזידענט טראָמפּ לויפט פאָראויס פון פּרעזידענט בּיידען אין זיבן וויכטיגע סווינג שטאַטן, לויט די נייע אַנקעטע פון עמערסאן קאַלעדזש און 'די היל', וואָס האָט אויסגעפרעגט וויילער פון אַפּריל 25 בּיז 29

9:30

פאליטישע קאך לעפל - יואל פעלזן

ה' אחרי פ״ד

כאטש וואס יונגע וויילער אין אמעריקע זענען נישט צופרידן ווי אזוי פרעזידענט בּיידען באהאנדלט די עזה מלחמה, וועלן זיי אבער נישט טוישן זייער שטימע צו טראמפ • רוב רעפובליקאנער וויילער האלטן אז אויב גייט בּיידען געווינען ווידערוויילונג קען עס בלויז זיין דורך וואל שווינדל • אין זיין ערשטן רעדע איבער די קאלעדזש פראטעסטן האט פרעזידענט בּיידען קלאר געמאכט אז פרייהייט פון אויסדרוק און די רעכט צו פראטעסטירן קען נישט קומען אויפן חשבון פון געזעץ און ארדענונג, און ער האט אויך קלאר געמאכט אין זיין אומבויגזאמע שטיצע צו מדינת ישראל ••• סערוויס, פרייז און געשמאק טרעפט מען ביי "כתר דזשודעיקע חתנים צענטער"

5:46

פאליטישע קאך לעפל - יואל פעלזן

ו' פ״ד

סעקרעטערי אוו סטעיט בלינקען פארענדיגט א דריי טאגיגער באזוך אין כינע איבער פארהארטעוועטע באציאונגען • פרעזידענט בּיידען זאגט אז ער גייט דעבאטירן דעם געוועזענעם פרעזידענט בעפאר די היי יעריגע וואלן • מיטש מעקאנעל זאגט אז ער האלט אז א פרעזידענט קען נישט האבן פולשטענדיגע אימיוניטי אנטקעגן קלאגעס אויף מעשים וואס ער טוט בעת ער איז פרעזידענט אבער אנגעוויזן אז דאס ליגט יעצט ביים סופרים קאורט און זיי וועלן פאסן די ענדגילטיגע באשלוס אין דער נושא ••• די געשמאקסקע חול המועד האלטן איז ביי די ספעציעלע סעילס ביי "טויס פאר יו" וואס די הנאה פארבלייבט לאנג נאך יו"ט

4:49

פאליטישע קאך לעפל - יצחק קלאר

ו' מצרע פ״ד

קאָנגרעס ספּיקער מייק דזשאַנסאָן האָט באַוויזן היסטאָריע, ווען ער האָט ערלויבט דעמאָקראַטן פאָראויס-צורוקן אַ רול ביל צום קאָנגרעס פלאָר, מיט די שטיצע פון מינאַריטעט פּאַרטיי שטימען • מיטגלידער פון די קאָנגרעס פרידאָם קאוקוס האָבן אונטער גענומען פּראָ-אַקטיווע שריט צו באַשיצן זייער איינפלוס אין די פּאַרטיי און געפאָרעמט אַ 'פלאָר עקשאָן רעספאנס גרופּע' וואָס שטייט אויף דער וואך 24 שעה • אַ לעצטיגע אַנקעטע פון האַרוואַרד צייגט אַז צווישן רעגיסטרירטע וויילער אונטער די עלטער פון דרייסיג, האַלט בּיידען פאָראויס פון טראָמפּ מיט 13 פּאוינטס

7:12

פאליטישע קאך לעפל - יואל פעלזן

ה' מצרע פ״ד

15 קענעדי פאמיליע מיטגלידער וועלן היינט אינדארסירן פרעזידענט בּיידען פאר א צווייטן טערמין • געציילטע שעות נאך וואס דער אימפיטשמענט פראצעס האט זיך אנגעהויבן אינעם סענאט האבן די דעמאקראטן עס פארענדיגט, אלס אומקאנסטיטוציאנאל • נעכטן ביי א רעדע האט פרעזידענט בּיידען זיך געשטיקט בשעת'ן רעדן איבער די מיליטערישע דינסט פון זיין זון און פעטער, און איבער די באליידיגנדע באמערקונגען פונעם געוועזענעם פרעזידענט איבער די געפאלענע סאלדאטן אז זיי זענען "לוזערס"

7:30

פאליטישע קאך לעפל - יצחק קלאר

ה' מצרע פ״ד

ספּיקער מייק דזשאַנסאָן האָט אַרויסגעשטעלט אַ פאָרשלאַג צו געבן אויסלענדישע הילף פאר מדינת ישראל, טייוואַן און אוקראַינע. ס'וועט אויך קאָנפיסקירן רוסישע פאַרמעגנס, צווינגען אַ טיק-טאַק פאַרקויף, און אַרויפשטעלן סאַנקציעס אויף איראַן • די בּיידען אַדמיניסטראַציע פּרובירט צו באַרואיגן סענאַטאָרן וועלכע האָבן זיך געשטעלט אויף אַ שטיקל אין די פייסע רעפאָרם ביל, און וואָרענען אַז דאָס וועט אויסברייטערן די שפּיאָנאַזש קעגן אַמעריקאַנער • פּרעזידענט בּיידען האָט אָפּגעזאָגט די קאָנגרעס פאַרלאַנג עדות צו זאגן אין די אימפּיטשמענט אויספאָרשונג קעגן אים • בערך 1,300 אומלעגאַלע אויסלענדער האָבן זיך נעכטן פאַרזאַמלט ביי נ.י. סיטיס סיטי האָל צו פאָדערן מער הילף פון די שטאָט און אַרבעטער פּערמיט'ס

9:08

פאליטישע קאך לעפל - יואל פעלזן

ג' מצרע פ״ד

סענאטאר טאם קאטאן זאגט, אז די וואס ווערן בלאקירט און זיצן אין טראפיק צוליב די פרא כאמאס פראטעסטירער, זאלן נעמען די זאך אין דער האנט אריין און זיי אוועקרוקן מיט מאכט • נאך א דילעי האט די האוז היינט דינסטאג געשיקט די ארטיקלען פון אימפיטשטמענט אנטקעגן האומלענד סעקיוריטי מעיארקעס צום סענאט ••• "כתר דזשודעיקע" האט א רייכער אויסוואל פון פסח סעטס און הגדות צו באשיינען אייער סדר טיש

6:58

פאליטישע קאך לעפל - יואל פעלזן

א' מצרע פ״ד

דזשאן קירבי זאגט אין אן אינטערוויו אז פרעזידענט בּיידען האלט נישט אז די איראנער אטאקעס קיין מ. ישראל דארף ווערן אויסגעברייטערט אין א ראיאנעלע מלחמה • א רייע מידיע ארגאניזאציעס האבן פארלאנגט אז די ווארשיינליכע פרעזידענטליכע קאנדידאטן זאלן זיך פארפליכטן צו דעבאטירן איינער קעגן צווייטן ••• "בית הספרים דזשודעיקע געשעפט" האבן אויסגעברייטערט זייער לאקאל לכבוד זייער ברייטער און גרויסער פסח סעיל: 59 ראוט 59 אין מאנסי

5:49

פאליטישע קאך לעפל - יצחק קלאר

ה' תזריע פ״ד

אַ גרופּע פּראָ-פרייוועסי רעפּובליקאַנער אין קאָנגרעס האָט געשטימט קעגן באַנייען סעקשאָן 702 פון די פארעין אינטעלידזשענס סורוועילענס עקט, עטליכע שעה נאָכדעם וואָס פּרעזידענט טראָמפּ האָט געמוטיגט געזעצגעבער צו "הארגענען פייסע", ווייל זיי האָבן שפּיאָנירט אויף זיין קאמפיין און אַנדערע אַמעריקאַנער • צום דריטן טאָג אין אַ ציה האָט אן אַפּעלאַט ריכטער אָפּגעוואָרפן פּרעזידענט טראָמפּ'ס פאַרלאַנג אָפּצושטופּן זיין נ.י.'ער קרימינאַלע פּראָצעס וואָס דאַרף זיך אָנהייבן קומענדיגע וואָך • אין די זעלבע בעפאָרשטייענדע קעיס, האָט זיך אָנגערופן מייקל אווענעטי, וועלכער האָט אַמאָל געדינט אַלס אַדוואָקאַט פאַר איינע פון די הויפּט פיגורן אין די קעיס קעגן טראָמפּ • פעדעראַלע ריכטער האָבן אָנגעהויבן פאַראָרדענען אַ פריע באַפרייאונג איידער'ן אַפּיעל פּראָצעס, פאַר יאַנואַר 6 אָנגעקלאָגטע וועלכע האָבן זיך פאַרמאָסטן מיט זייערע אורטיילן

7:43

פאליטישע קאך לעפל - יואל פעלזן

ה' תזריע פ״ד

דער קאמפיין פון ראבערט עף קענעדי האט אפגעזאגט א באאמטער נאך וואס זי האט געזאגט אז זייערע הויפט ציל איז צו פארמיידן בּיידען פון געווינען א צווייטער טערמין • טראמפ האט פריש געהאמערט אויף די אידישע וויילער וואס שטימען פאר דעמאקראטן און פאר בּיידען • דער יאפאנעזער פריים מיניסטער האט גערעדט פאר א פאראייניגטע סעסיע פון קאנגרעס און זיך געבעטן ביים אמעריקאנער פאלק ווייטער אנצוהאלטן די אמעריקאנער פירערשאפט איבער דער וועלט ••• "כתר דזשודעיקע" איז דער אדרעס פאר די שענסטע פסח סעטס און ריזיגער אויסוואל פון אלע סארטן הגדות

4:37
Share good
heint email good
פאפולערע קאטעגאריעס

אינטערוויוס

פארשידענס

געזונטהייט

אנאליזן

ביזנעס

נגינה