פנחס גלויבער

ר' פינחס צעלייגט אויף טעלערלעך די לעצטיגע געשעענישן; באהאנדלנדיג די טאג-טעגליכע טעמעס וועלכע דאמינירן די מידיא נעצן.

פינחס גלויבער - אנאליז

ה' אחרי פ״ד

דער פרעזידענט פון קאלאמביע האקט אפ דיפלאמאטישע באציאונגען מיט מדינת ישראל. וואס איז בעצם געווען דאס שייכות צווישן די צוויי לענדער ביז יעצט?

16:33

פינחס גלויבער - אנאליז

ג' אחרי פ״ד

שמועות וועגן ארעסט-באפעלן פונעם אינטערנאציאנאלן געריכט קעגן מדינת ישראל פירער, מיט ווארענונגען פונעם אמעריקאנער קאנגרעס דערקעגן. וואס איז דער תפקיד פון דער קערפערשאפט, און פארוואס איז אמעריקע נישט קיין מיטגליד?

16:28

פינחס גלויבער - אנאליז

ה' פ״ד

א קאפיטל געשיכטע דורכאויס תקופת השופטים, מיט גדעון וואס האט באזיגט א קאאליציע פון אידישע שונאים, און וואס מיר דערמאנען ביים סדר מיט א שורה

58:15

פינחס גלויבער - אנאליז

א' פ״ד

די ביידן-אדמיניסטראציע סאנקציאנירט אן אקטיוויסט מיט'ן נאמען בענצי גופשטיין און א גאנצן מיליטערישן באטאליאן. וואס איז די טענות קעגן די צוויי, און וואספארא מעסעדזש ליגט באהאלטן אין די סאנקציעס?

15:23

פינחס גלויבער - אנאליז

ה' מצרע פ״ד

טראמפ ווארט יעצט אויפ'ן דזשורי, וואס זאל מחליט זיין צי ער איז שולדיג אדער נישט. וואס איז א דזשורי? ווער דינט אלס דזשוראר? וואס איז דער כח פון דער גרופע מענטשן?

13:58

פינחס גלויבער - אנאליז

ג' מצרע פ״ד

זעלבסטמארד-דראונס, קרוז-מיסילס, און באליסטישע מיסילס: חילוקים צווישן די מיטלען וואס איראן האט גענוצט אין דער אטאקע אויף ארץ ישראל

18:39

פינחס גלויבער - אנאליז

ב' מצרע פ״ד

הויט: קליינע חידושים פונעם גרעסטן איבר אינעם מענטשליכן קערפער.

16:51

פינחס גלויבער - אנאליז

ה' תזריע פ״ד

אויף דער בקשה פון אוסטראליע, וועט אמעריקע אפשר אראפקריכן פון דזשוליען אסאנדזש לאזן דעם גרינדער פון 'וויקיליקס' זיך אומקערן אהיים. פארוואס איז אמעריקע ברוגז אויף אסאנדזש?

12:38

פינחס גלויבער - אנאליז

ג' תזריע פ״ד

א דיפלאמאטישער ריס האט זיך געמאכט צווישן מעקסיקאו און עקוואדאר, וועמענס פאליציי האט זיך אריינגעריסן אין יענעמס אמבאסאדע. ווער האט די רעכטן אויף אן אמבאסאדע-שטח, און ווי ווייט גייען די רעכטן פון דיפלאמאטן?

15:16

פינחס גלויבער - אנאליז

ב' תזריע פ״ד

א שמועס וועגן שטערנס אין הימל, זאמד אויף דער ערד, און מענטשן וואס שפאנען אויפ'ן זאמד און טראכטן וועגן שטערנס

31:04
Share good
heint email good
פאפולערע קאטעגאריעס

אינטערוויוס

פארשידענס

געזונטהייט

אנאליזן

ביזנעס

נגינה