אידישע נייעס

וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.

אידישע נייעס: די פאליציי אין ראקלענד קאונטי האט ארעסטירט א פארשוין וועלכע האט טעראריזירט אידישע איינוואוינער אין די געגענט

ו' אחרי פ״ד

א פארשוין וועלכע האט ארום שפאצירט נעבן אידישע הייזער אין טאמס ריווער מיט א גרויסע שטעקן אין די האנט איז ארעסטירט געווארן דורך די פאליציי • די 'קאנסומער פראדוקט סעיפטי קאמישאן' האט ארויס געגעבן א ווארענונג פאר קאנסומערס נישט צו נוצן סעלף-בעלענסינג עלעקטאריק סקעיטבאורדס פון 'פלאָוטוויעל' • א פרישע קרעקדאון איז פארגעקומען אקעגן דרייווער אין ניו יארק וועלכע דרייען זיך ארויס פון צאלן טאלל און באנוצן זיך מיט לייסענס פלעיט טאקטיקן

2:02

אידישע נייעס: שטרויס קאמפאני אין ארץ ישראל גייט העכערן פרייזן אויף א צאל מילכיגס פראדוקטן, אריין גערעכענט טייל סארטן מילך און טייל קעזן

ה' אחרי פ״ד

טאון באאמטע אין די טאון אוו פארעסטבורג אין אפסטעיט ניו יארק שלאגן אפ קריטיק פון סטעיט אטוירני דזשענערעל פרוי דזשעימס אז די טאון האט באשטעטיגט זאנינג געזעצן וועלכע דיסקרימינירן אקעגן אידישע פראפערטי אייגענטומער • אין אן אויספרעג אויף אידן אין עטליכע אייראפעאישע לענדער זאגן 55 פראצענט אז די פראנצויזישע געזעלשאפט איז אנטיסעמיטיש געשטימט, פיל העכער ווי די ראטע אין פוילן, דייטשלאנד און אין ענגלאנד • די אידישע קהלה אין די שוועדישע שטאט מעלמא איז באזארגט אז זיי קענען געצילט ווערן דורכאויס אנטי-מדינת ישראל פראטעסטן פאררופן דארט אויף ענדע קומענדיגע וואך

1:55

אידישע נייעס: די מדינת ישראל רעגירונג האט אפגעשיקט אן אפיציעלע אנטווארט פאר די לאנד'ס העכסטע געריכט אין באצונג צום געריכט'ס באשלוס איבער די גזירות גיוס

ד' אחרי פ״ד

שטייענדיג א טאג נאך יו"ט פסח ווען אידן טוען צוריק איינארדענען די הייזער אויפ'ן שטייגער פונ'ם יאר, קומען פאר העפטיגע אקטיוויטעטן ביי גלוטען-פרייע גמח'ן אוועק געשטעלט אין פולע געגענטער ארויס צו העלפן אידן וועלכע דארפן צוקומען דערצו • פון די ווייסע הויז איז געמאלדן געווארן אז פרעזידענט ביידען גייט געבן די הויפט אדרעס ביי א יערליכע האלאקאוסט אנדענק צערעמאניע באשטימט אויף קומענדיגע מאי 7 למס' • א רירענדע באגעגעניש איז פארגעקומען דעם חוה"מ אין אוקראינא, ווען א גרופע פארוואונדעטע אידישע סאלדאטן זענען געקומען זיך טרעפן מיט'ן קיעווער רב הרב יונתן מארקאוויטש

2:22

אידישע נייעס: מאסן האבן זיך פארזאמלט אין ירושלים אינעם געגנט פון רוממה וואו עס האט פאסירט די טעראר אטאקע פארלאפענעם ערב יום טוב פסח און א בלוטבאד איז פארמיטן געווארן

ד' אחרי פ״ד

אין ארץ ישראל האט מען באגלייט למנוחת עולם דינסטאג אסרו חג הגאון רבי אשר הלוי סאלאווייטשיק זצ"ל, וועלכער איז נפטר געווארן אין יונגן עלטער פון 54 יאר • א אידישער געזעץ סטודענט אין די יוניווערסיטי אוו קאליפארניע בערקלי איז געשלאגן געווארן אין פנים דורך אן אנטי-מדינת ישראל פראטעסטירער וועלכער האט סערווירט ווי א סעקיוריטי גארד פאר די פראטעסטירער • ניו יארק סיטי פובליק סקולס וועלן אימפלעמענטירן א ספעציעלע קאריקולום וואס וועט זיין דעזיינט צו לערנען מיט די קינדער איבער האס פארברעכנס און העסליכע אינצידענטן, און די נעגאטיווע אויסווירקונגען וואס דאס האט אויף מענטשן און אויף געמיינדעס • דער אוקראינישער הויפט רב אין קיעוו ר' יונתן מארקאוויץ האט זיך געטראפן מיט א גרופע אידישע אוקראינישע זעלנער אין לויף פון יום טוב פסח, אין א ספעציעלע באגעגעניש

3:06

אידישע נייעס: א אידישער דאקטער האט אריינגעגעבן אן אפיעל אין געריכט, קעגן אן אורטייל וואס האט געלויטעט אז ער מוז באצאלן פארגיטיגונג געלט פאר'ן נישט אנקומען יום כיפור צו א געריכט הירינג

א' אחרי פ״ד

א גרופע יונגען האבן אנגעדרייט כאאס און שאדנס אויף די גאסן פון בני ברק אין לויף פון מוצאי שבת און זונטאג פארטאגס, און זיי זענען ארעסטירט געווארן דערנאך • די סקעדזשול פון די דעבאטעס פאר די מאסעטשוסעטס סטעיט בודזשעטס איז ספעציעל געטוישט געווארן היי יאר, און איז אפגעשטופט געווארן צו אקאמאדירן די אידישע געזעצגעבער ארום דעם יום טוב פסח • אידישע סטודענטן אין א טעקסאס יוניווערסיטי זאגן, אז זיי שפירן ווי זייערע לעבנס איז אין א דירעקטע געפאר, ווען אלגעמיינע סטודענטן דארטן האבן אנגעהויבן זיי נאכשרייען און אטאקירן • מער ווי צוואנציג טויזנט מענטשן וועלן אנטיילנעמען ביי א מאראטאן זונטאג ערב שביעי של פסח אין ברוקלין, און באאמטע זאגן אז דאס וועט אפעקטירן לאקאלע טראפיק, אריינגערעכנט אין היימישע געגנטער

2:36

אידישע נייעס: א ספעציעלע מארש וועט אפצייכענען די אכציגסטע יארטאג פון ווען די אונגארישע אידנאטום איז ליידער חרוב געווארן ביים ביטערן האלאקאוסט

א' אחרי פ״ד

דער אמעריקאנער סענאטאר בערני סענדערס זאגט, אז עס איז נישט אנטיסעמיטיזם צו קריטיקירן די מדינת ישראל רעגירונג און זייער יעצטיגע פאליסיס • פאליציי אין לואיזיאנא זאגן אז זיי זוכן א פארשוין וועלכער האט וואנדאליזירט א לאקאלע שוהל. די שוהל איז וואנדאליזירט געווארן אין די סעינט טאמאני פעריש געגנט אויף די נארט-שאור גאס, וואו די שעריף באאמטע זאגן אז א פארשוין איז אויפגעכאפט געווארן אויף קאמערע ביים אנשפריצן גראפיטי אויף די שוהל • נאנט צו הונדערט פופציג מענטשן האבן געליטן אטעמען פראבלעמען און אנדערע שוועריגקייטן אין לויף פון די הייסע חול המועד טעג אין ארץ ישראל

2:04

אידישע נייעס: עטליכע קאלעדזשעס האבן זיך אנגעשלאסן אין אן אונטערנעמונג פון א אידישע ארגאניזאציע צו באקעמפן אנטיסעמיטיזם אויף קאלעדזש קאמפלעקסן

ו' פ״ד

פאליטישע אנאליסטן זאגן אז די אידישע וויילער אין אמעריקע וועלן שפילן א שטארקע ראלע אין די קומענדיגע וואלן, און פענסילוועניע גייט זיין א פריע טעסט • אינספעקטארס האבן געטראפן און קאנפיסקירט צענדליגער טויזנטער אייער וואס איז געשטאנען גרייט געשמוגעלט צו ווערן פון פאלעסטינער טעריטאריעס אריין צו אידישע געגנטער • כלל ישראל ווערט געבעטן מתפלל צו זיין פאר'ן זקן המשגיחים הגאון רבי אברהם פאלאק שליט"א, דער משגיח פון ישיבת סלאבאדקע. דער משגיח שליט"א, וועלכער איז 94 יאר אלט לאורך ימים ושנים טובים, איז אפגעפירט געווארן אינמיטן יום טוב צום מעייני הישועה שפיטאל אין בני ברק פאר עמורדזשענסי באהאנדלונג, נאכ'ן ליידן אטעמען פראבלעמען

2:17

אידישע נייעס: א גנב איז געכאפט געווארן רויט-האנטיג ביים פרובירן צו גנב'נען פון צדקה פושקעס אין די שטאט בני ברק

ה' פ״ד

אינמיטן וואס די פרא-כאמאס פראטעסטן בוזשעווען לענגאויס אמעריקע, זאגן אידישע געמיינדע פירער אין צפון קאליפארניע אז די ראטע פון אנטיסעמיטישע אינצידענטן האט געבראכן רעקארדס • א פרישע באריכט פון די ניו דזשערסי סטעיט רעגירונג צייגט אז לעיקוואוד האט געבוירן טויזנטער בעיביס קיין עין הרע אין די לעצטע צוויי יאר, וואס די ציפערן זענען געווען די העכסטע פון סיי וועלכע אנדערע גרויסע סיטיס • אין ארץ ישראל איז ארויסגעגעבן געווארן אן אלערט איבער א היץ כוואליע וואס האט זיך אראפגעלאזט דארטן אין די ערשטע טעג פסח, און טראץ וואס עס איז ערווארטעט נאכצולאזן, איז ווייטער וויכטיג צו זיין געווארנט

2:16

אידישע נייעס: די טוניזיער אידן וועלכע ארגאניזירן די יערליכע פארזאמלונג אויפן דזשערבא אינזל אום ל"ג בעומר, האבן געזאגט אז זיי פלאנירן היי יאר א פיל קלענערע פארזאמלונג ווי געווענליך

ה' פ״ד

די טוניזיער אידן וועלכע ארגאניזירן די יערליכע פארזאמלונג אויפן דזשערבא אינזל אום ל"ג בעומר, האבן געזאגט אז זיי פלאנירן היי יאר א פיל קלענערע פארזאמלונג ווי געווענליך, צוליב אנגייענדיגע זיכערהייט זארגן • ניו יארק סיטי פאליציי באאמטע זאגן אז די קאלאמביע יוניווערסיטי פירערשאפט וויל נישט קיין פאליציי אנוועזנהייט אויף זייער קאמפלעקס, טראץ וואס די פרא-פאלעסטינער פראטעסטן אנטהאלטן העסליכע אנטיסעמיטישע שילדן • א פראנצויזישער פארשוין וועלכער איז געפונען געווארן שולדיג אין אטאקירן א איד אינדרויסן פון א שוהל אין פאריז, איז פאראורטיילט געווארן צו דריי יאר טורמע • די קראון פראסעקיושען סערוויס אפיס פון די בריטישע רעגירונג זאגט אז זיי האבן געזען א וואוקס אין האס פארברעכנס קעיסעס אין די לעצטערע מאנאטן • די רעגירונג אין ארגענטינע האט געבעטן פון אינטערפאל אז זיי זאלן ארעסטירן דעם איראנער אינערן מיניסטער אכמעד וואהידי, צוליב זיין באשולדיגטע ראלע אין די 1994 באמבארדירונג אויפן אידישן אמיא צענטער אין בוענאס איירעס

3:04

אידישע נייעס: 4 דייטשן זענען געכאפט געווארן אראפ לייגן ווייסע רויזן אין אנדענק פון היטלער ימ"ש ביים הויז אין מערב עסטרייך וואס דער רשע איז געבוירן געווארן

ב' פ״ד

ניו יארק סטעיט אטוירני דזשענערל פרוי דזשעימס האט אפגעשיקט א בריוו צו די פאַרעסטבּורג טאונשיפ אין סאליוואן קאונטי אין אפסטעיט ניו יארק צו פארלאנגן טוישונגן אין נייע זאנינג געזעצן וועלכע דיסקרימינירן אקעגן חרדישע אידן • ניו יארק סיטי מעיאר עריק עדעמס האט פארעפענטליכט א שארפע סטעיטמענט צו פארדאמען די ווילדע אויפפירונג און אנטיסעמיטיזעם פון פרא-פאלעסטינער פראטעסטירער ביים קאלאמביע אוניווערסיטעט אין מאנהעטן • אין ירושלים האט די פאליציי ארעסטירט א צאל מענטשען וועלכע האבן זיך געגרייט ארויף צו גיין מיט ציגן אויפ'ן הר הבית ר"ל •

2:35
Share good
heint email good
פאפולערע קאטעגאריעס

אינטערוויוס

פארשידענס

געזונטהייט

אנאליזן

ביזנעס

נגינה