בולעטין

וואס איז נייעס? ברעכנדע נייעס געלופטערט פרישערהייט; ווי נאר עס שפילט זיך אפ אויף די לאקאלע מאפע און נאציאנאלן פראנט.

קוועלער: מען האלט גאר נאנט צו אפמאך צווישן מדינת ישראל און כיזבאללא צו בארואיגן אנגעצויגנקייט אין צפון‎

ו' אחרי פ״ד

דער דיעל ווערט אויסגעארבעט שוין לאנגע מאנאטן דורכ'ן אמעריקאנער ביידען אדמיניסטראציע דיפלאמאט אמאס האכסטיין, וועלכער קאנפערירט מיט די רעגירונג אין לבנון און מיט פארשטייער פון כיזבאללא צו ברענגען אן ענדע צו די נאכאנאנדע קעגנזייטיגע אטאקעס. לויט די קוועלער, וועט זיין געבויט באזירט אויף א יו-ען רעזאלוציע וואס איז באשטעטיגט געווארן אין יאר 2006, אז כיזבאללא וועט זיך אוועקרוקן פון זיין סטאנציאנירט אזוי נאנט צו מדינת ישראל טעריטאריע, און מדינת ישראל וועט אויך נאכלאזן פון זייערע אטאקעס.

0:43

מארטגעדזש ראטעס ווייטער געשפרונגען היינטיגע וואך צו 7.22 פראצענט, האלטנדיג ביים העכסטן פונקט אין 5 יאר

ו' אחרי פ״ד

די פרישע ציפערן צייגן א די ראַטעס האַלט יעצט ביי 7.22 פּראָצענט אין דורכשניט, וואָס איז העכער ווי די 7.17 פּראָצענט אינטערעסט וואו עס האָט געהאַלטן פאָריגע וואָך, און פאַראַיאָר אַזאַ צייט האָט עס געהאַלטן ביי 6.39 פּראָצענט. די פרישע שפּרונג אין די אינטערעסט ראַטעס, האָבן געברענגט דערצו אַז די צאָל אַפּליקאַציעס פאַר נייע מאָרטגעדזשעס זענען ווייטער געפאַלן, צוליב וואָס פּאָטענציעלע היים אייגענטימער זעען אַז זיי קענען זיך נישט ערלויבן.

0:35

אמעריקאנער צענטראל קאמאנד סוספענדירט ארבעט אויף פּארט נעבן עזה צוליב שווערע כוואליעס אין ים‎

ו' אחרי פ״ד

די פּאָרט איז שוין טיילווייז פאַרטיג, און עס איז אַצינד אַריבערגערוקט געוואָרן צו די פּאָרט אין אַשדוד, וואו עס וועט פאַרבלייבן אונטער קאָנטראָל פון מדינת ישראל פאַר עטליכע טעג. די צענטראַל קאָמאַנד זאָגט אַז די וועטער אינעם ים נעבן עזה איז געוואָרן זייער שווער מיט שטאַרקע כוואַליעס, און דעריבער האָט מען אָפּגעשטעלט די אַרבעט דערווייל. מען וועט ענדיגן די אַרבעט נאָנטער צום אַשדוד פּאָרט און פאַרטיגערהייט וועט עס אַריבערגעברענגט ווערן צוריק נעבן עזה.

0:34

פארשוין ארעסטירט און געקלאגט אין ניו יארק סיטי פאר פלאנירן מאסן שיסעריי אין קענעדי לופטפעלד‎

ו' אחרי פ״ד

דער 39 יעריגער דערנעל קינג האט געשיקט א מעסעדזש פאר איינעם מיט א ווידעא רעקארדירונג אין וועלכע ער האט געצייגט זיינע גאנס און ער האט געסטראשעט אין די מעסעדזש אז ער גייט קומען צו קענעדי לופטפעלד און דורכפירן א שיסעריי. דער ניו יארק סיטי פאליציי קאמישאנער עדווארד קאבאן האט געזאגט אז אין א קאארדינירטע אפעראציע האט מען באוויזן צו ארעסטירן קינג איידער ער האט געקענט אויספירן זיינע פלענער, און ער איז היינט געברענגט געווארן אין קווינס קרימינאלע געריכט.

0:32

ניו יארק סיטי פאליציי דעפיוטי קאמישאנער זאגט אז עפעס ארגאניזאציע שטייט אונטער פרא פאלעסטינער פראטעסטן‎

ו' אחרי פ״ד

די פּאָליציי אין ניו יאָרק סיטי זענען היינט אַראָפּגערופן געוואָרן צום "ען וויי יו" יוניווערסיטי און צו די "ניו סקול" קאַלעדזש, וואו זיי האָבן אַרעסטירט א צאָל סטודענטן און אַקטיוויסטן וואָס האָבן דאָרטן דורכגעפירט פּראָטעסטן. דער פּאָליציי דעפּיוטי קאָמישאָנער קאז דאוטרי זאָגט, אַז עס איז קלאָר פון די אינפאָרמאַציע וואָס ער זעט, אַז עמיצער אָדער עפּעס אַן אָרגאַניזאַציע שטייט אונטער די אַלע פּראָטעסטן און זיי דרייען עס אָן.

0:33

פענטאגאן פירער לאיד אוסטין זאגט אז ס'איז נישטא אנדייטונג אז כאמאס וויל אטאקירן אמעריקאנער טרופן‎

ו' אחרי פ״ד

אוסטין האָט זיך אַנטזאָגט צו דיסקוסירן סיי וועלכע האַקעלע דעטאַלן אַרום די פּאָרט וואָס ווערט געבויט אין די וואַסערן נעבן עזה צו קענען ליפערן הילף, אָבער ער האָט אַוועקגעמאַכט זאָרגן אַז כאַמאַס גייט אַטאַקירן די אַמעריקאַנער זעלנער. דער פּענטאַגאָן פירער זאָגט, אַז טראָץ וואָס מען זעט נישט קיין געפאַר, זענען דאָ די נויטיגע מאָסנאַמען אין אַפעקט, צו פאַרזיכערן די סעיפטי פון אַלע זעלנער וואָס זענען פאַרמישט אין בויען דעם שווימענדיגן פּאָרט.

0:32

עף-בי-איי קאנפיסקירט סעלפאונס און לעפטאפס פון מאטראזן פון קארגא שיף וואס האט אריינגעקראכט אין באלטימאר בריק‎

ו' אחרי פ״ד

די אויפדעקונג ווערט יעצט געמאַכט, אַז די פעדעראַלע רעגירונג האָט פאַרכאַפּט די סעלפאָונס און לעפּטאַפּס פון די מאַטראָזן פונעם קאַרגאָ שיף גלייך אין די ערשטע טעג פון אויספאָרשן דעם צוזאַמפאַל פונעם באָלטימאָר בריק. אַן אַרבעטער יוניאָן גרופּע וואָס רעפּרעזענטירט די מאַטראָזן פונעם שיף האָט געזאָגט, אַז זיי האָבן צוגעשטעלט פרישע סים קאַרטלעך און לעפּטאַפּס פאַר די געשטראַנדעטע מאַטראָזן, אַז זיי זאָלן קענען האָבן קאָמיוניקאַציע.

0:32

פילע גאסן און שאסייען לענגאויס ניו יארק סיטי וועלן זיין אפעקטירט פון גרויסע בייק טור קומענדיגן זונטאג‎

ו' אחרי פ״ד

די פערציג מייל בייק טור וועט זיך אנהייבן 7:30 זונטאג אינדערפרי אין לאוער מאנהעטן, און זיי וועלן דורכפארן צענטראל פארק, הארלעם און די בראנקס, בעפאר'ן אריבערפארן די עף-די-אר דרייוו און די קווינסבארא בריק צו לאנג איילענד סיטי. דערנאך וועלן די ביציקליסטן אריבערפארן דעם פולאסקי בריק צו גרינפוינט, נאכגעפאלגט מיט די בי-קיו-אי און די ווערעזאנא בריק, און די ניו יארק סיטי פאליציי דעפארטמענט האט געווארנט אז דרייווערס זאלן זיכער מאכן אז זיי ווייסן פון אלע אינפארמאציע איבער אפגעשפארטע גאסן און שאסייען.

0:34

רוסלאנד שיקט ברענשטאף פאר צפון קארעא העכער ווי ערלויבטע שטאפלען - באשולדיגט אמעריקע‎

ו' אחרי פ״ד

דער באַריכט איז אויפגעדעקט געוואָרן אינעם ערשטן טאָג נאָכדעם וואָס א פּאַנעל פון יו-ען עקספּערטן וועלכע מאַניטאָרן יו-ען סאַנקציעס קעגן צפון קאָרעאַ איז געוואָרן אויפגעלעזט, צוליב וואָס רוסלאַנד האָט בלאָקירט דעם פּאַנעל פון ווייטער אָנגיין. די אַמעריקאַנער רעגירונג באַשולדיגט אַז רוסלאַנד האָט בלאָקירט דעם יו-ען פּאַנעל, צוליב וואָס זיי האָבן געוויסט אַז מען וועט אויפדעקן אַז זיי פאַרלעצן יו-ען מאַנדאַטן ווען עס קומט צו וויפיל פּעטראָליום זיי מעגן ליפערן פאַר צפון קאָרעאַ.

0:36

מדינת ישראל סטראשעט אנצוהייבן רפיח אינוואזיע אין א וואך אויב כאמאס איז נישט מסכים צו אפמאך‎

ו' אחרי פ״ד

עגיפּטישע באַאַמטע זאָגן אַז די מדינת ישראל דעדליין איז היינט איבערגעגעבן געוואָרן, אינמיטן וואָס מען שטייט און מען וואַרט אַז כאַמאַס זאָל לאָזן הערן זייער אָפיציעלע אַנטוואָרט אויף די נייעסטע פייער אָפּשטעל אָפּמאַך. די עגיפּטישע באַאַמטע זאָגן אַז כאַמאַס זוכט א לאַנג-פארצויגענע פייער אָפּשטעל און א גאַראַנטיע פון אַמעריקע אַז מדינת ישראל וועט רעספּעקטירן די פייער אָפּשטעל.

0:31
Share good
heint email good
פאפולערע קאטעגאריעס

אינטערוויוס

פארשידענס

געזונטהייט

אנאליזן

ביזנעס

נגינה