אלגעמיינע נייעס

וואס טוט זיך? באריכטן און נאטיצן ארום די לעצטע אנטוויקלונגען; לאקאל; נאציאנאל; אינדערהיים און אין אויסלאנד.

אלגעמיינע נייעס: א ניו יאָרק סיטי פּאָליציי אָפיציר האָט בטעות אַרויסגעשאָסן קוילן מיט זיין גאָן אינמיטן שטורעמען די קאָלאָמביע יוניווערסיטי'ס העמילטאָן האָל געביידע פאָריגן דינסטאָג נאַכט

ו' אחרי פ״ד

די בריטישע לינקע אָפּאָזיציע לעיבאָר פּאַרטיי האָט געווינען א פּאַרלאַמענט זיץ אין א דיסטריקט אין צפון ענגלאַנד, און אויך קאָנטראָל פון עטליכע לאָקאַלע קאַונסילס, דערלאַנגענדיג שווערע פאַרלוסטן פאַר די רעגירנדע קאָנסערוואַטיווע פּאַרטיי • אָפיצירן פון די רוסישע "עף עס בי" סעקיוריטי סערוויס אַגענטור, האָבן אומגעברענגט אַן אוקראַינישער סאָבאַטאַזש אַגענט וועלכער האָט פּלאַנירט אַן אַטאַקע אין רוסלאַנד • כינע האָט היינט אַרויפגעשאָסן א ספּעציעלע ספּעיס-מאַשין וואָס וועט גיין אויף א צוויי מאָנאַטיגע רייזע צו זאַמלען און צוריקקערן שטיינער און זאַמד פון די ווייטע זייט פון די לבנה • א גרופּע פון ניינצן פּערזענליכקייטן וועלן באַערט ווערן היינט אין ווייסן הויז ביי א ספּעציעלע צערעמאָניע, וואו פּרעזידענט ביידען וועט זיי שענקען פאַרשידענע מעדאַלן • די איטאַליענער קאָנסטרוקציע קאָמפּאַני "וויבילד" האָט געשיקט א פאָרשלאַג קיין אַמעריקע, צוריקצובויען די באָלטימאָר פראנציס סקאַט קי בריק וועלכע איז איינגעפאַלן אין מאַרטש נאָכדעם וואָס א קאָנטעינאָר שיף האָט דערין אַריינגעקראַכט

3:32

אקטועלע נייעס: די פעדעראלע העלט דעפארטמענט אין וואשינגטאן האט ארויסגעגעבן א סעריע נייע פארשריפטן צו מאכן גרינגער דאס באקומען און באנייען מעדיקעיד, אין אלע סטעיטס

ה' אחרי פ״ד

נאך לאנגע חדשים פון היבש פארשלאפענע סעילס פון עלעקטרישע קארס, האט די אינדוסטריע געכאפט א פרישע שאק פריער די וואך, ווען "טעסלא" האט אפגעזאגט כמעט די גאנצע גרופע וואס האבן געארבייט אויף "טשארדזשינג סטעישאנס" דורכאויס אמעריקע, איבערלאזנדיג די אי. ווי. אינדוסטריע אין טאטאלע שאק און צומישעניש • די וויין אינדוסטריע איז אויף מיט א סעריע באריכטן וואס לויבט אויס די "אלעקסאנדער וועלי" געגנט אין קאליפארניע, אלס די צווייטע בעסטע וויין טעריטאריע אין גאנץ אמעריקע, קומענדיג נענטער און נענטער איבערצונעמען די נומער איינס טעריטאריע, נעפּע וועלי • מער און מער דאקטוירים זאגן אז טראץ די שטארקע פאפולערקייט און ווירקזאמקייט פון "אזעמפיק," דארף מען געדענקן אז איין פלאגעניש פון דייעט סוקסעס איז אויך דא ביי אזעמפיק

2:35

אלגעמיינע נייעס: די נומער אַמעריקאַנער בירגער וואָס האָבן אַריינגעגעבן אַפּליקאַציעס פאַר אַרבעטסלאָזיגקייט בענעפיטן פאָריגע וואָך איז געווען אומגעטוישט, און שטייט ווייטער היסטאָריש נידריג

ה' אחרי פ״ד

א נייע באַריכט פון די אַמעריקאַנער רעגירונג וואָרנט, אַז רוסלאַנד טוט שטילערהייט שיקן פאַר צפון קאָרעאַ רעפינירטע פּעטראָליום אויף שטאַפּלען וואָס פאַרלעצן די מאַנדאַטן פון די יו-ען סעקיוריטי קאַונסיל • רעפּאָרטער אויפן פראָנט אין אוקראַינע זאָגן אַז די אוקראַינישע זעלנער האָבן אָנגעהויבן זייער שטאַרק שפּאָרן אין די לעצטערע וואָכן וויפיל קוילן און אַמוניציע זיי נוצן אינעם שלאַכטפעלד • א הויכראַנגיקער אייראָפּעאישע יוניאָן באַאַמטער האָט געוואָרנט די גרוזיע רעגירונג היינט, איבער די נייע געזעץ וואָס רוקט זיך פאָראויס, וואָס וועט שטערן יומען רייטס אָרגאַניזאַציעס פון אָנגיין אין לאַנד • הונדערטער פּאָליציי אָפיצירן האָבן אַריינגעשטורעמט אינעם אָרט וואו פּראָ-פּאַלעסטינער סטודענטן האָבן זיך באַריקאַדירט אין די יוניווערסיטי אָוו קאַליפאָרניע אין לאָס אַנדזשעלעס היינט פאַרטאָגס, און האָבן אַרעסטירט מאַסן וועלכע האָבן נישט געוואָלט פאַרלאָזן דאָס אָרט • פראסעקיוטערס פון די פעדעראַלע רעגירונג און לויערס פון גוגעל וועלן היינט און מאָרגן פּרעזענטירן זייערע אַרגומענטן, צו ברענגען א שלוס צו די גרעסטע אַנטי-טראָסט קעיס אין די לעצטע 25 יאָר • ניו יאָרק סיטי מעיאָר עריק עדעמס זאָגט, אַז קאָלאָמביע יוניווערסיטי און אַנדערע פּריוואַטע קאַלעדזשעס דאַרפן באַצאָלן און דעקן די ביל פאַר די סיטי פּאָליציי דעפּאַרטמענט'ס אַרבעט פון אָפּשטעלן די פּראָ-פּאַלעסטינער פּראָטעסטן

4:02

אלגעמיינע נייעס: א נייע באַריכט צייגט אַז אין מארטש זענען געווען ווייניגער אָפענע דזשאַבס אין אַמעריקע, און אין די זעלבע צייט האָבן ווייניגער אַמעריקאַנער אויפגעגעבן זייערע דזשאַבס

ד' אחרי פ״ד

אַמעריקאַנער און מערב-וועלט טאַנקען און מיליטערישע געצייג וואָס די רוסישע קרעפטן האָבן פאַרכאַפּט אין אוקראַינע, זענען אַרויסגעשטעלט געוואָרן אויף אויסלייג אינעם רוסישן הויפּטשטאָט מאָסקווע אָנגעהויבן פון היינט • בריטישע אויטאָריטעטן האָבן אָנגעהויבן איינזאמלען און אַרעסטירן אימיגראַנטן אין צוגרייטונג זיי צו שיקן קיין רוואַנדאַ אין די קומענדיגע 9 ביז עלף וואָכן, אַלס אָנהייב פון א פארצויגענע פּראָיעקט צו לעזן דעם אימיגראַנטן פּראָבלעם אין לאַנד • א רוסישער גאווערנאר איז ארויסגעקומען מיט א באשולדיגונג אז רוסישע בירגער זענען אריינגענארט געווארן אין א שווינדל צו ביישטייערן גרויסע געלטער פאר די אוקראינישע מיליטער אין די לעצטערע וואכן • די פעדעראַלע עסנוואַרג און מעדיצין אַדמיניסטראַציע האָט געזאָגט אַז רעזולטאַטן פון טעסטס אויף נאָך מילכיגע פּראָדוקטן צייגט אַז די פּראָצעדורן פון פעסטשורייזן מילכיגס טוט מאַכן אומשעדליך די פּראָדוקטן פון סיי וועלכע שפּירן פון פייגל פלו

3:09

אלגעמיינע נייעס: פלאָרידע'ס נייע געזעץ וואָס הייסט שפּיטעלער פאַרעפענטליכן די קאָסטן פאַר אומלעגאַלע אויסלענדער, האָט אַנטפּלעקט די גרויסע פינאַנציעלע לאַסט אויף די סטעיט'ס העלטקעיר סיסטעם

ג' אחרי פ״ד

מיניסטאָרן פון דייטשלאַנד'ס "גרינע" פּאַרטיי ווערן באַשולדיגט אין פאַרפירן די פּאָבליק מיט ליגנטס וועגן זיכערהייט זאָרגן ביי דייטשלאַנד'ס הויפּט נוקלעאַרע פּאַוער פּלענטס • קאָלאָמביע פּרעזידענט גוסטאווא פּעטראָ האָט געמאָלדן אַז אַ גרויסע מאָס מוניציאָן פעלט פון צוויי מיליטערישע באַזעס אין לאַנד. פּעטראָ זאָגט אַז ס'מעגליך אָנגעקומען צו די קאָלאָמביע רעבעלן גרופּעס אָדער איז פאַרקויפט געווארן אומלעגאַל צו פאַרברעכערישע גרופּעס אין אויסלאַנד • אַ הויכראַנגיקער קאָמאַנדיר פון די איסלאַמישע שטאַט גרופּע וועלכער איז געזוכט געוואָרן פאַר זיין ראָלע אין אן אַטאַקע אויף אַמעריקאַנער און ניגעריער טרופּן אין 2017, איז געהארגעט געוואָרן אין אן אַפּעראַציע דורך מאַלי'ס מיליטער • אוקראַינע האָט לעצטענס אויסגעפירט מאַסיווע דראון אַטאַקעס אויף אַ רוסישע לופט באַזע טיף אין רוסלאַנד. דאָס איז אַ פּרואוו צו באַקעמפן מאָסקווע'ס ערפאלגרייכע און מאַכטפולע 'גלייד' באָמבעס • במשך 17 מאָנאַטן פון קויפן גאָלד, האָט די כינעזער צענטראַלע באַנק אנגעזאמלט איבער 2,200 טאָנען גאָלד, וואָס באַטרעפט בערך 170 ביליאָן דאָלאַר

6:06

אלגעמיינע נייעס: עקספערטן אין ניו יארק זאגן אז דאס וואס מען זעט די פרא כאמאס פראטעסטן אין עטליכע ניו יארקער יוניווערסיטיס שוין לענגער ווי א וואך אין א ציה, איז צום באשולדיגן די קאוויד עפאכע

א' אחרי פ״ד

די וואלן פאר די אייראפעאישע יוניאן פארלאמענט וועלן זיך אפיציעל אנהייבן אין געציילטע טעג ארום, מיט פריימעריס דורך עטליכע פאליטישע פארטייען אין דייטשלאנד, צו באשליסן ווער עס וועט לויפן אין די וואלן • רוסלאנד'ס לופט דעפענס סיסטעמען האבן פארניכטעט זיבעצן דראונס וואס אוקראינע האט ארויסגעשאסן העכער איר טעריטאריע העכער פארשידענע געגנטער, לויט א סטעיטמענט וואס די רוסישע דעפענס מיניסטעריום האט געזאגט היינט אינדערפרי • דריי פאליציי אפיצירן זענען אומגעברענגט געווארן אין דרום טשילע אין א שרעקליכע אטאקע, וואס אלס רעזולטאט האט דער טשילע פרעזידענט געבריעל באריק דערקלערט דריי טעג פון נאציאנאלע טרויער דערוועגן • א סורוועי צייגט אז פאליציי דעפארטמענטס לענגאויס אמעריקע האבן געהאט מער פרישע פאליציי אפיצירן אין יאר 2023, צום ערשטן מאל זייט די קאוויד מגיפה עפאכע ווען די צאל אמעריקאנער וואס ווילן ארבעטן פאר די פאליציי איז געפאלן • זיבעצן מיטגלידער פון אמעריקאנער מיליטערישע פאמיליעס האבן אריינגעגעבן א קלאגע קעגן די פעדעראלע רעגירונג, איבער אלטע סטארעדזש טאנקען וועלכע ליעקן ארויס שעדליכע ברענשטאף און פארפעסטיגן וואסער סופליי

3:52

אלגעמיינע נייעס: א טארנעידא האט באטראפן א שטאט אין דרום כינע, און א צאל מענטשן זענען אומגעקומען און צענדליגער זענען פארוואונדעט געווארן, לויט ווי די לאקאלע אויטאריטעטן האבן איבערגעגעבן

א' אחרי פ״ד

אוקראינע'ס מיליטער זאגט אז רוסלאנד האט געשיקט נאך טרופן צו די אטשערעטין געגנט אין מזרח אוקראינע, צו פארשטארקערן זייער אפענסיווע וואס זיי פירן יעצט דורך אינעם געגנט צו פארכאפן נאך טעריטאריע • דער פראנצויזישער פרעזידענט עמאניועל מאקרון וועט באזוכן דייטשלאנד אין מאי, און וועט שפענדן דארטן מער טעג ווי געפלאנט, פאר געשפרעכן מיט דייטשלאנד'ס קאנצלער אולאף שאלטז • די "עף די עי" זאגט אז זיי זאמלען אינפארמאציע איבער פראדוקטן פון אינדיער ספייס קאמפאניס נאכדעם וואס האנג קאנג האט אפגעשטעלט פארקויפן די פראדוקטן פון די קאמפאניס צוליב א פארפעסטיגונג • אהייא פאליציי האבן פובליצירט א ווידעא פון א שווארצן מאן וועלכער איז געשטארבן אין א לאקאלע שפיטאל נאכדעם וואס ער האט נאכאנאנד געזאגט פאר פאליציי אפיצירן אז ער קען נישט אטעמען • א גניבה רינג וועלכע האט גע'גנב'עט מער ווי פיר מיליאן דאלער ווערד פון צירונג פון הייזער אין א געגנט אין באסטאן אין לויף פון א לענגערע צייט, איז אויפגעבראכן געווארן מיט א צאל ארעסטן

3:25

אלגעמיינע נייעס: דער פירער פון די סעקיוריטי סערוויסעס אין בעלארוס האט געזאגט, אז זיי האבן פארמיטן אן אטאקע אויפן הויפטשטאט מינסק דורך דראונס

ו' פ״ד

א טערקישע געריכט האט פאראורטיילט א סירישע בירגער צו לעבנסלענגליכע טורמע איבער א באמבארדירונג טעראר אטאקע אין איסטאנבול, וואו זעקס זענען אומגעקומען • א בריטישער פארשוין איז געווארן אנגעקלאגט איבער אקטיוויטעט וואס ער האט געטאן צו בענעפיטירן רוסלאנד, אריינגערעכנט ווען ער האט רעקרוטירט אנדערע פאר אן ארסאן אטאקע קעגן אן אוקראינישע פראפערטי אין לאנדאן • די צאל פרישע געבורטן אין אמעריקע איז געפאלן אין יאר 2023, אנהאלטנדיג א לעצטיגע טרענד פון די לעצטערע יארן, לויט נייע ציפערן וואס די פעדעראלע צענטער פאר דעזיז קאנטראל און פריווענשאן האט ארויסגעגעבן • אמעריקאנער פעדעראלע אויטא סעיפטי באאמטע זאגן אז זיי האבן געעפנט אן אויספארשונג איבער דעם צי די ריקאל אויף מער ווי צוויי מיליאן טעסלא קארס אין דעצעמבער איז געווען גענוג • מער ווי צען רעפובליקאנער אין יוטא וועלכע ווילן ערזעצן מיט ראמני אינעם סענאט, זענען ערווארטעט זיך צו פארמעסטן פאר די פארטיי'ס נאמינאציע שבת ביי א ספעציעלע קאנווענשאן • איינוואוינער אין אירווינגטאן, ניו יארק באקלאגן זיך איבער די שווערע טראפיק וואס פרעזידענט ביידען האט אנגעברענגט אויף זייערע גאסן, וואס האט זיי געשטערט פון אנגיין מיט זייערע נארמאלע סקעדזשולס

3:50

אלגעמיינע נייעס: די פעדעראלע רעגירונג וועט פארלאנגען אז בהמות וואס ווערן געהאדעוועט פאר מילך פראדוקציע, זאלן ווערן געטעסט פאר פייגל פלו

ה' פ״ד

כינעזער שפיאנען האבן אריינגעהעקט אינעם לעפטאפ פון א הויכראנגיקער בעלגישער רעגירונג באאמטער, לויט א באשולדיגונג וואס דער באאמטער האט ארויסגעשטעלט היינט אינדערפרי אין אן אינטערוויו • די רעגירונג אין ליטע האט געמאלדן אז זיי וועלן מעגליך אנהייבן ארויסהעלפן אוקראינע מיט'ן צוריקבאקומען מיטליעריגע און יונגערע מענער קיין אוקראינע, זיי צו קענען אריינשטעלן אין מיליטערישע דינסט • דער פראנצויזישער פרעזידענט עמאניועל מאקרון האט אפעלירט פאר שטארקערע און מער צוזאמגעארבעטע אייראפעאישע פארטיידיגונגען, זאגנדיג אז אייראפע טאר נישט ווערן סתם נאך א געצייג פאר אמעריקע • די פעדעראלע רעגירונג וועט פארלאנגען אז בהמות וואס ווערן געהאדעוועט פאר מילך פראדוקציע, זאלן ווערן געטעסט פאר פייגל פלו, יעדעס מאל וואס מען טראנספערירט זיי פון איין סטעיט צום אנדערן • די פעדעראלע יוסטיץ דעפארטמענט זאגט אז זיי גייען באשליסן אין די קומענדיגע וואכן צי באואינג האט פארלעצט אן אפמאך וואס האט זיי געהאט באשיצט פון קרימינאלע קלאגעס אין די פארגאנגענהייט • פאמיליע מיטגלידער און לויערס פון אן אמעריקאנער בירגער וועלכער ווערט געהאלטן דורך די טאליבאן שוין כמעט צוויי יאר, האבן אנגעהויבן לייגן דרוק אויף די יו-ען אז זיי זאלן ערלעדיגן זיין באלדיגע באפרייאונג • א דעמאקראטישער קאנגרעסמאן וועלכער האט רעפרעזענטירט א צפון ניו דזשערסי דיסטריקט איז געשטארבן, נאכפאלגנדיג א הארץ אטאקע וואס ער האט געליטן

4:26

אלגעמיינע נייעס: קאווע געשעפטן אין ניו יארק סיטי וועלן מוזן ארויפשטעלן ווארענונג לעיבלס אויף זייערע מעניוס און אויף זייער פעקעדזשעס איבער עסנווארג און געטראנקען וואס האבן אסאך צוקער

ה' פ״ד

דער אמעריקאנער סעקרעטערי אוו סטעיט טאני בלינקען באזוכט היינט אין כינע, וואו ער האט אפעלירט צו די כינעזער רעגירונג אז זיי זאלן געבן יושר'דיגע באהאנדלונג פאר אמעריקאנער ביזנעסער וואס האנדלען אין כינע • פאליציי אין אויסטראליע זאגן אז זיי האבן אנגעקלאגט פינף יוגענטליכע מיט טעראריזם-פארבינדעטע קלאגעס, אינמיטן אויספארשונגען וועגן די שטעכעריי פון א קריסטליכע בישאף עטליכע וואכן צוריק • דער נייער טייוואנעזער פרעזידענט-עלעקט האט געזאגט, אז כינע דארף האבן די קאנפידענץ צו רעדן צו די אפיציעלע טייוואן רעגירונג, אינמיטן וואס ער האט געמאלדן א נייע גרופע נאציאנעאלע זיכערהייט באאמטע • סטודענטן אין א גרויסע צאל יוניווערסיטיס לענגאויס אמעריקע האבן אין די לעצטע צוויי טעג זיך פארזאמלט דורכצופירן פראטעסטן אין שטיצע פון די פאלעסטינער און אויסצודרוקן קעגנערשאפט צו מדינת ישראל • די צאל געבורטן פון נייע קינדער אין אמעריקע איז געפאלן מיט צוויי פראצענט אין יאר 2023 אין פארגלייך צו א יאר בעפאר, וואס איז א טויש פון די קאוויד עפאכע ווען די צאל געבורטן האבן זיך געהאט געהויבן • א כינעזער ביזנעסמאן וועלכער איז אליינס געקומען גלות ליידן קיין אמעריקע וועט אויסשטיין א דזשורי ביי זיין פראצעס וואס גייט זיך אנהייבן אין א מאנהעטן פעדעראלע רעגירונג אין עטליכע טעג ארום

4:00
Share good
heint email good
פאפולערע קאטעגאריעס

אינטערוויוס

פארשידענס

געזונטהייט

אנאליזן

ביזנעס

נגינה