פאליטישע נייעס

וואס קאכט זיך? דעם סך-הכל ארום די פאליטישע קאך-נייעסן; וועלכע דאמינירן דעם אויבנאן פונעם סדר היום.

פאליטישע קאך לעפל - משה גרובער

ה' אמר פ״ד

דאנערשטאג אמור

7:03

פאליטישע קאך לעפל - יואל פעלזן

ה' אמר פ״ד

פרעזידענט בּיידען וועט נישט ארויסגעבן די רעקארדירונגען פון דעם אינטערוויו מיטן ספעשל קאונסל ראבערט הור, אננעמענדיג "עקזעקיוטיוו פריוויליגיע" • דער געוועזענער פרעזידענט אבאמא איז שטארק אקטיוו אין פאנדרעיזינג, נישט בלויז פאר בּיידען, נאר אויך פאר אלע קאנדידאטן וואס זיין ווארט מאכט אויס • ענדליך נאך לאנגע צעגערייען זענען די שפעקולאציעס אויב ס'גייט פארקומען דעבאטעס צווישן די טראמפ/בּיידען געקומען צו אן ענדע, ווען ביידע האבן מסכים געווען צו צוויי דעבאטעס בעפאר די קומענדיגע עלעקשאן • פּאולס ••• ספאנסארס: "כתר דזשודעיקע חתנים צענטער" • פרי עסטימעיט אין אפסטעיט: "ראווערס ווינדאו טריטמענט": 845.747.5330

9:33

פאליטישע קאך לעפל - משה גרובער

ה' אמר פ״ד

מיטוואך אמור

10:19

פאליטישע קאך לעפל - יצחק קלאר

ג' אמר פ״ד

די קאָנגרעס דזשודישיערי האָט געשטימט צו באַשטעטיגן אַ רעזאָלוציע וואָס רעקאָמענדירט קאַנטעמפּט אָוו קאָנגרעס קלאַגעס קעגן אטורני גענעראַל מעריק גארלאנד, נאָכדעם וואָס גארלענד האָט נישט געוואָלט אַרויסגעבן דאָקומענטן, רעקאָרדס און מאַטעריאַל וואָס די קאָמיטע האָט סובפּינעט • די קעפּל פון אַ נייע נ.י. טיימס אַנקעטע צוזאַמען מיט סיענע, זאָגט אַז "טראָמפּ האַלט פאָראויס אין 5 וויכטיגע שטאַטן, בשעת יונגע און נאַן-ווייסע וויילער דרוקן אויס אומצופרידנהייט מיט בּיידען." • די רעפּובליקאַנער גרופּע 'וואָן נעישאן' גיסט אַריין נאָך 70 מיליאָן דאָלאַר אין אַדווערטייזמענטס קעגן שוואַכע דעמאָקראַטן אין וויכטיגע סענאַט פאַרמעסטן

9:51

פאליטישע קאך לעפל - יואל פעלזן

ג' אמר פ״ד

דאס געריכט הויז אין מאנהעטן איז געווארן א פאליטישער סטאפ פארן טראמפ קאמפיין, ווען טראמפ און זיינע אליאירטע קומען זיך צונויף און ביי די ברעיקס אינמיטן געריכט, קומען זיי ארויס צו די פרעסע צו געבן סטעיטמענטס און פארשרייען אז מ'רודפ'ט טראמפ צוליב פאליטישע חשבונות און אז דאס איז זיך אריינמישן אין די עלעקשאנס • וויבאלד טראמפ איז אסאך אין געריכט הויז, געטנדאס א געלעגנהייט פאר די וואס האפן צו זיין טראמפס וויצע אויפן טיקעט, צו ווייזן געטריישאפט און העלפן שאפן געלט פארן קאמפיין אין א צייט וואס זיי בלוטיגן געלט פאר די לעגאלע הוצאות ••• פרייע דעליווערי ביז די קעטסקילס ביי "עס ענד דאָבּליו אפלייענסעס" 718.387.8660

6:02

פאליטישע קאך לעפל - יצחק קלאר

ב' אמר פ״ד

מאַרק פען, אין אַ נ.י. טיימס אפיניען אַרטיקל, רייסט אַראָפּ בּיידען'ס קאַמפּיין סטראַטעגיע • צוויי סופּרים קאָורט ריכטער האָבן געוואָרנט וועגן די צושטאַנד פון פרי ספּיטש, פרייהייט פון אויסדרוק, אין אַמעריקע, און די פּאָליטישע צושטאַנד אין וואַשינגטאָן די.סי. • פעדעראַלע אַגענטורן אונטער די בּיידען אַדמיניסטראַציע האָבן צוריק אָנגעהויבן מוטשען סאָציאַלע מידיאַ פירמעס זיי זאָלן באַקעמפן אָנליין "דיס-אינפאָרמאַציע" • אַ קאָנגרעס קאָמיטע וועט אויספאָרשן די פאַרמערטע אומלעגאַלע אימיגראַציע פון כינע צו די פאַראייניגטע שטאַטן, מיט אַ פאָקוס אויף די פּאַליסיס וואָס האָבן בייגעשטייערט דערצו.

8:27

פאליטישע קאך לעפל - יואל פעלזן

ב' אמר פ״ד

מייקל קאהען, דער געוועזענער לויער און פיקסער פון דאנאלד טראמפ האט היינט אויפגעטרעטן אין געריכט עדות זאגן קעגן זיין געוועזענער באלעבאס • היינט האט מען אנגעהויבן אויסקלויבן די דזשורי פארן טרייעל פון סענאטאר מענענדעז וואס ווערט אנגעקלאגט איבער נעמען שוחד • טראמפ אליאירטע זענען נישט אונטערן געג ארדער פונעם ריכטער נישט צו רעדן און באשמוצן די עדות, דעריבער נוצן זיי עס אויס, אנשטאט טראמפ, כאטש וואס ער זעלבסט האלט זיך נישט צופיל צוריק דערפון ••• "קאסטום קלאַזעטס" מיט פיינע פרייזן און איבערגעגעבענע סערוויס, סיי וואו אין ניו יארק אדער ניו זשערסי, רופט: 845.656.3250

8:10

פאליטישע קאך לעפל - יואל פעלזן

א' אמר פ״ד

בשעת'ן פארדאמען פרעזידענט בּיידען, האט סענאטאר גרעהעם פארגליכן די מדינת ישראל מלחמה קעגן כאמאס, צו די נוקלעארע וואפן וואס אמעריקע האט געווארפן אויך די יאפאנעזער שטעט ביי די ענדע פונעם צווייטן וועלט קריג • סעקרעטערי אוו סטעיט בלינקען וויל נישט זאגן וואס די רויטע ליניע איז וואס זאל אפהאלטן וואפן פון מדינת ישראל • פרעזידענט בּיידענ'ס קאמפיין גייט אפהאלטן א גרויסע פאנדרעיזער קומענדיגע חודש מיטן באטייליגונג פון געוועזענעם פרעזידענט אבאמא און נאך סעלעבריטיס • דער געוועזענער פרעזידענט טראמפ האט פארשטארקט זיינע אטאקעס אנטקעגן דעם אינדעפענדענט קאנדידאט קענעדי, וואס האט ווערט געזען אז טראמפ איז באזארגט אז קענעדי וועט אוועקנעמען פונקט גענוג שטימען פון אים, אויסצומאכן א געווינס אדער פארלוסט קומענדיגן נאוועמבער ••• 10% לעדערנע רעקלייניג סאפא סעיל ביי "עיטש עס עיטש אינטיריארס" מאכט עס דאס בעסטע פלאץ זיך איינצוהאנדלען פאר אייער היים און זומער היים: 718.799.5912

7:14

פאליטישע קאך לעפל - יצחק קלאר

מוצ״ש קדושים פ״ד

אַ פאַרהעלטנסמעסיג גרינער קאַנדידאַט, נאָרט דעקאָוטע גאָווערנאָר דאג בורגום, האָט פלוצלונג דערגרייכט גאַנץ הויך אויף די ליסטע פון טראָמפּ'ס פּאָטענציאַלע מיטלויפער • אילינאָי דעמאָקראַטן וועלכע האָבן אַ סופּער-מאַיאָריטעט אין די סטעיט רעגירונג הייזער האָבן געטוישט סטעיט געזעץ אַז רעפּובליקאַנער קאַנדידאַטן זאָלן נישט קענען אַרויפגיין אויף די נאָוועמבער בעלאָט דורך די פּאַרטיי 'סלעיטינג פּראָצעדור'.

9:27

פאליטישע קאך לעפל - יואל פעלזן

ה' קדושים פ״ד

אמעריקע האט געשיקט א ווארענונג קיין מדינת ישראל אז מיטן פאראויסגיין און אויסשפרייטן די מלחמה אין רפיח געבן זיי א סטראטעגישער געווינס פאר כאמאס, אזוי אויך סטראשעט די בּיידען אדמיניסטראציע אפצוהאלטן פארטיידיגונגס הילף • דער יונגסטער זון פון דאנאלד טראמפ גייט אריין אין פאליטיק מיטן זיין א דעלעגאט צום רעפובליקאנער קאנווענשאן קומענדיגע זומער • דער אינדעפענדענט קאנדידאט ראבערט קענעדי האט נעכטן דערציילט איבער א תקופה פון געזונטהייט פראבלעמען אז ער האט דאן געהאט א ווערימל וואס האט אויפגעגעסן א טייל פון זיין מוח ••• "כתר דזשודעיקע חתנים צענטער": דער אדרעס פאר אלע אייערע דזשודעיקע געברויכן

4:53
Share good
heint email good
פאפולערע קאטעגאריעס

אינטערוויוס

פארשידענס

געזונטהייט

אנאליזן

ביזנעס

נגינה