אלגעמיינע נייעס

וואס טוט זיך? באריכטן און נאטיצן ארום די לעצטע אנטוויקלונגען; לאקאל; נאציאנאל; אינדערהיים און אין אויסלאנד.

אלגעמיינע נייעס: אוקראַינע האָט אַטאַקירט א פּאַוער סטאַנציע אין די רוסיש-אָקופּירטע קרימיע, אַן אויל סטאָרעדזש און באַן סטאַנציע אין רוסלאַנד'ס שוואַרצע ים פּאָרט

ו' אמר פ״ד

די רעגירונג אין סלאָוואַקיע זאָגט אַז זייער פּרעמיער מיניסטער געפונט זיך ווייטער אינעם "איי-סי-יו" אָפּטיילונג פונעם שפּיטאָל וואו ער ווערט באַהאַנדלט, נאָכ'ן געשאָסן ווערן אין אַן אַטענטאַט פּרואוו • אוקראַינע האָט אַטאַקירט א פּאַוער סטאַנציע אין די רוסיש-אָקופּירטע קרימיע, אַן אויל סטאָרעדזש און באַן סטאַנציע אין רוסלאַנד'ס שוואַרצע ים פּאָרט פון נאוואראסיסק און אַן אויל רעפיינערי אין די פּאָרט שטאָט טואפּסי • צפון קאָרעאַ האָט געשאָסן א צאָל קורצשטרעקיגע באַליסטישע מיסילס אין ריכטונג פונעם וואַסער נעבן אירע מזרח באָרטנס, לויט א סטעיטמענט וואָס די דערנעבנדיגע דרום קאָרעאַ מיליטער האָט היינט אינדערפרי אַרויסגעשטעלט • א סעריע שטורעמעס האָבן באַטראָפן דרום-מזרח טייל פון טעקסאַס צום צווייטן מאָל אין די לעצטע דריי וואָכן, און עס האָט געקאָסט פיר פאַטאַליטעטן אין לויף פון די לעצטע 24 שטונדן • נאָך 73 יאָר און א לאַנגע פארצויגענע קריגעריי מיט די אַמעריקאַנער אַרמיי, וועט א וועטעראַן פון די קאָרעאַ מלחמה וועלכער איז פאַרוואונדעט געוואָרן, באַקומען א פּוירפּל האַרץ מעדאַל פאַר זיין סערוויס • היינט איז ערוואַרטעט אַרויסצוקומען דער טורמע אורטייל אויפן פּאַרשוין דעיוויד דעפּעפּעי, וועלכער איז געפונען געוואָרן שולדיג אין א ברוטאַלע היים אינוואַזיע און אַטאַקע אויפן הויז פון געוועזענע קאָנגרעס ספּיקער פּעלאָוסי • קווינס געזעצגעבער וועלכע האָבן געשטימט פאראויסצורוקן די קאָנטראָווערסיאַלע פופצן דאָלער קאָנדזשעסטשאן טאָלס אַרום טיילן פון מאַנהעטן, ווילן אַז עס זאָל זיין צוגעשטעלט מער סיטי באָסעס אין זייערע געגנטער

4:07

אקטועלע נייעס: א באריכט אויף די באנאנע אינדוסטריע צייגט אז פרייזן אין אמעריקע זענען יעצט היבש העכער ווי א יאר און צוויי יאר צוריק, אבער פרייזן זענען געבליבן סטאביל די לעצטיגע זעקס מאנאטן

ה' אמר פ״ד

דריי באזונדערע אגענטורן אין וואשינגטאן האבן זיך צוריק גענומען צו אן אלטע אומגעפארטיגטע פלאן צו ווערן גאר שטרענג איבער די געהאלט און באנוסעס ביי בענק און אנדערע גרויסע פירמעס • אזיאנער גרופעס האבן אריין געגעבן א געריכט קלאגע קעגן א ווייטגרייכנדע געזעץ אין פלארידא – וואס מאנכע סטעיטס ווילן נאכמאכן – וואס פארבאטן סיי וועלכע מענטשן מיט פארבינדונג צו די כינעזער רעגירונג, פון קויפן סיי וועלכע ריעל עסטעיט אין פלארידע, אפילו נאר א פריוואטע הויז • אראנדזש קאונטי עקזעקיוטיוו סטיוו ניוהאוז האט אראפגעלייגט די עקאנאמיע אין אראנדזש קאונטי אלס איינס פון די בעסטע אין לאנגע יארן, מיט א הערליכע צוקונפט אויף ווייטער • אנאליסטן זאגן אז די הויפט סיבה פארוואס די פרייז פון גאלד שפרינגט אזוי הויך קען ווערן צוגעשריבן צו עטליכע פאקטארן אין טשיינע. גאלד פרייזן זענען שוין ארויף נאנט צו 50 פראצענט בלויז אין די לעצטיגע אכצן מאנאטן

2:44

אלגעמיינע נייעס: דער כינעזער פּרעזידענט און דער רוסישער פּרעזידענט פּוטין האָבן פאַרשפּראָכן א נייע עפּאָכע פון צוזאַמאַרבעט צווישן זייערע צוויי לענדער, ביי א באַגעגעניש אין בעיזשינג

ה' אמר פ״ד

די פראַנצויזישע רעגירונג האָט געשיקט פּאָליציי און טרופּן צו זייער פּאַסיפיק אינזל ניו קאלע-דאניע, וואו עס האָבן אויסגעבראָכן ראַיאָטן צווישן די איינוואוינער, און די רעגירונג פאַרשפּרעכט אָפּצושטעלן די ראַיאָטן • אָפּאָזיציע פּאָליטישאָנס אין גרוזיע זאָגן, אַז די אָרטיגע רעגירונג האָט זיך אָנגעהויבן עמטליך אויפפירן ווי א דיקטאַטורישע רעזשים, מיט'ן אונטערדרוקן סיי וועלכע קעגנערשאַפט אָדער אָפּאָזיציע פיגורן • דאָס ווייסע הויז האָט בלאָקירט דאָס אַרויסגעבן די אָודיאָ רעקאָרדינג פון די אינטערוויו וואָס פּרעזידענט ביידען האָט געהאַט מיט'ן ספּעשל קאָנסול וואָס פירט די אויספאָרשונג איבער זיין באַהאַנדלונג פון קלאַסיפייד דאָקומענטן • ווייניגער אַמעריקאַנער בירגער האָבן אַריינגעגעבן אַפּליקאַציעס צו באַקומען אַרבעטסלאָזיגקייט בענעפיטן פאָריגע וואָך, און די צאָל אַרבעטסלאָזע איז ווייטער ביי א היסטאָריש נידריגע אָרט • דער אמעריקאנער אַטוירני דזשענעראַל מעריק גארלענד האָט שאַרף אַראָפּגעריסן די וועלכע לאָזן פאַלן לעכערליכע אַטאַקעס אויפן יוסטיץ דעפּאַרטמענט, זאָגנדיג אַז די יוסטיץ דעפּאַרטמענט ווערט געפירט גאָר גוט

4:12

אקטועלע נייעס: טראנספארטאציע באאמטע אין וואשינגטאן סטעיט זענען אויפגעקומען מיט א פאטענט אראפצונעמען גראפיטי פון הייוועיס און אווערפעסעס דורך נוצן דראונס

ד' אמר פ״ד

טראנספארטאציע באאמטע אין וואשינגטאן סטעיט זענען אויפגעקומען מיט א געניאלע פאטענט אראפצונעמען גראפיטי פון הייוועיס און אווערפעסעס: איבערפארבן די ווילדע אויפשריפטן דורך נוצן.. דראונס צו קענען איבערפעינטן ריזיגע שטחים אין א קורצע צייט • די דייטשע עירליין פירמע "האַן עיר ליינס" וועט דארפן צאלן א שטראף פון 27 מיליאן דאלאר פאר די פעדעראלע יוסטיץ דעפארטמענט אין וואשינגטאן • רעפובליקאנער אין סענאט האבן אפגעשטעלט די פארהאנדלנגען אויף באנייען די ברייטע "טשיילד טעקס קרעדיטס" פאר מיטל קלאס פאמיליעס, צוליב עטליכע פאליסי דיפערענצן, וואס זייער הויפט שטער איז דאס לאזן נוצן אינקאם פון א פריערדיגע יאר צו באקומען מער געלט ביים טעקס ריטוירן א יאר שפעטער • פארמערס אין קאליפארניע שיקן גאר פאזיטיווע סיגנאלן צום אנהויב פון די ארטיגע עפריקאט און פיטש סיזאן

2:38

אלגעמיינע נייעס: דער סלאָוואַקיע פּרעמיער מיניסטער ראַבערט פיקא איז אין א לעבנס-געפאַרפולע צושטאַנד נאָכדעם וואָס ער איז געשאָסן און פאַרוואונדעט געוואָרן

ד' אמר פ״ד

דער אוקראַינישער פּרעזידענט וולאַדימיר זעלענסקי האָט באַשלאָסן אָפּצושטופּן אַלע זיינע פּלענער פאַר אינטערנאַציאָנאַלע טרעוול דערווייל, צוליב די צושטאַנד אויפן פראָנט פונעם שלאַכטפעלד • די רעגירונג אין פינלאַנד האָט געמאָלדן אַז זיי וועלן ארויפרופן טויזנטער רעזערוויסטן צו מילעיטערישע דינסט, צו העלפן מאַניטאָרן און האַלטן אַן אויג אויף די פינלאנדער גרעניץ מיט רוסלאַנד • פּרעזידענט ביידען האָט געזאָגט אַז ער אַקצעפּטירט אַן איינלאַדענונג פונעם געוועזענער פּרעזידענט טראָמפּ, דורכצופירן נאָך צוויי דעבאַטעס אין די קומענדיגע וואָכן • די קאָנסומער פּרייז אינדעקס איז געוואַקסן מיט 0.3 פּראָצענט אין אַפּריל פון א חודש פריער, לויט א נייע באַריכט פון די פעדעראַלע לעיבאָר דעפּאַרטמענט, וואָס צייגט א פארשטאטערונג פון אינפלעישאָן • די פעדעראַלע רעגירונג האָט געשטעלט א שטראָף אויף א מעקסיקאַנער עירליין, איבער דעם וואָס זיי האָבן פאַרלעצט פעדעראַלע געזעצן איבער טאַרמאַק פאַרשפּעטיגונגען

3:30

אלגעמיינע נייעס: אַמעריקאַנער און בריטישע באַאַמטע האָבן היינט אינאיינעם אַרויסגעגעבן א וואָרענונג איבער א וואַקסנדע סייבער געפאַר פון כינע

ג' אמר פ״ד

דער אַמעריקאַנער סעקרעטערי אָוו סטעיט טאָני בלינקען האָט היינט אינדערפרי געלאַנדעט אין קיעוו, זייענדיג דאָס ערשטע מאָל אין אַכט חדשים וואָס ער באַזוכט אין אוקראַינע • אַמעריקאַנער און בריטישע באַאַמטע האָבן היינט אינאיינעם אַרויסגעגעבן א וואָרענונג איבער א וואַקסנדע סייבער געפאַר פון כינע, און דער ווייסער הויז סייבער דירעקטאָר האָט געזאָגט אַז כינע קען אָנדרייען ערנסטע כאַאָס • די רוסישע רעגירונג האָט געמאָלדן אַז פּרעזידענט וולאַדימיר פּוטין וועט פאָרן אויף א באַזוך קיין כינע, וואָס וועט זיין די ערשטע אויסלענדישע רייזע נאָכדעם וואָס ער איז געוואָרן איינגעשוואוירן צו א פרישע טערמין • קאָנגרעס ספּיקער מייק דזשאַנסאָן איז היינט אינדערפרי אַראָפּגעקומען קיין ניו יאָרק סיטי, וואו ער האָט אַנטיילגענומען ביים פּראָצעס פונעם געוועזענער פּרעזידענט דאָנאַלד טראָמפּ, וועלכער שטייט אויס קלאַגעס איבער ביזנעס שווינדל • אַן עירפאָרס פּילאָט איז אומגעקומען ווען די ספּעציעלע אַרויסשיס זיץ האָט זיך אַקטיוויזירט בשעת זיין פליגער איז נאָך געווען אויף דער ערד אין א טעקסאַס מיליטערישע באַזע • אַמעריקאַנער עירפאָרס פּראַסעקיוטערס האָבן היינט אָנגעהויבן לייגן דרוק אויף א מיליטערישע הירינג אָפיציר צו רעקאָמענדירן א געריכט מאַרשאַל פּראָצעס פאַר'ן ליעקער פון פּענטאַגאָן דאָקומענטן • א לאָנג איילענד קאָנטראַקטער איז געפונען געוואָרן שולדיג אין בויען א שוואַכע שטיינערנע צוים וואָס איז איינגעפאַלן און געקאָסט א לעבן אין ברוקלין מיט פינף יאָר צוריק

3:51

אקטועלע נייעס: מיט די סטעיט בודזשעט אין אלבאני לאנג באשטעטיגט, איז שוין דא נאך וויכטיגע זאכן פאר די געעץ געבער, ווי למשל איינשטעלן א פארבאט אויף די פלעסטיק פון סלייס טשיז

ג' אמר פ״ד

די מארקעט פון קלינינג פראדוקטן פאר זויבערע פלאץ – און נישט פאר קליידונג – איז שוין אנגעקומען צו 11.4 ביליאן דאלאר א יאר און אמעריקע, לויט א פרישע אינדוסטריע באריכט • גרויסע אינשורענס פירמעס האלטן ביים זעהן אביסל ליכטיגקייט נאך א גאר לאנגע טונעל פון גרויסע פארלוסטן, זאגט א פרישע שאצונג פון טשעיס • אן אומפארטייאישע ביל אין קאנגרעס באהאנדלט די טעמע פון פריוואטע אינפארמאציע אויף טעלעפאנען וואס קאמפאניס זאמלען אונטער'ן טיש און פארקויפן עס נאכדעם פאר גרויסע קאמפאניס און רעגירונג אגענטורן

2:44

אקטועלע נייעס: שטייענדיג בלויז דריי יאר נאכ'ן גרינדונג, האט די קליינע לאקאלע "בריז" עירליין די פארלאפענע מאנאט דערגרייכט צו פינעף מיליאן פאסאזשיר טריפס זינט די עירליין איז געגרינדעט געווארן

ב' אמר פ״ד

נאך קריטיק איז ארויסגעקומען אויף די נייע געזעץ פון האבן לאקאלע וואלן אין "איווען" יארן אזוי ווי פרעזידענט און קאנגרעס וואלן • ביזנעס גרופעס האבן אריין געגעבן א קלאגע אין פעדעראלן געריכט קעגן די פארבאט אויף "נאן קאמפיט" עגרימענטס וואס ביזנעסער נעמען זיך אויס מיט ארבייטער בעפאר מען נעמט זיי אריין • שטייענדיג בלויז דריי יאר נאכ'ן גרינדונג, האט די קליינע לאקאלע "בריז" עירליין די פארלאפענע מאנאט דערגרייכט צו פינעף מיליאן פאסאזשיר טריפס זינט די עירליין איז געגרינדעט געווארן • סטיוו איזרעאל, פרעזידענט און סי. אי. או. פון די בארימטע "וועסטשעסטער האספיטאל" אין וואלהאלא, האט איבערראשט דעם שפיטאל און די לאקאלע געמיינדע מיט'ן מעלדן אז ער ריטייערט פון אמט, אנקומענדיג צו א גאר מערקווירדיגע 20 יאר אויף די פאזיציע • סטיוו איזרעאל, פרעזידענט און סי. אי. או. פון די בארימטע "וועסטשעסטער האספיטאל" אין וואלהאלא, האט איבערראשט דעם שפיטאל און די לאקאלע געמיינדע מיט'ן מעלדן אז ער ריטייערט פון אמט, אנקומענדיג צו א גאר מערקווירדיגע 20 יאר אויף די פאזיציע

2:31

אלגעמיינע נייעס: פּרעזידענט טראָמפּ האָט געהאַלטן אַ מאַסיווע ראַלי אין וויילדוואוד ניו דזשערזי, וואו אַ גרויסע צאָל שטיצער האָבן זיך פאַרזאַמלט אויסצודרוקן שטיצע

א' אמר פ״ד

די בריטישע רעגירונג קלערט צו פאַרבאָטן ווילדע פּראָטעסט גרופּעס ווי די אַנטי-אויל 'דזשאסט סטאַפּ אויל' גרופּע און עטליכע פּראָ-כאַמאַס גרופּעס • כאַמאַס האָט פאַרעפענטליכט אַ ווידיאָ מעלדונג אַז איינער פון די משכונות פאַרכאַפּט אום אָקטאָבער 7 איז אומגעקומען • טויזנטער קאַנאַדער זענען עוואַקואירט געוואָרן פון זייערע הייזער אין פאָרט נעלסאָן, בריטיש קאָלאָמביע, צוליב די א.ג. 'פּאַרקער לעין פייער' וואָס האָט זיך אָנגעהויבן פרייטאָג צו נאַכטס און שנעל געוואַקסן צו 3 סקווער מייל • דער פּוילישער פרעמיער מיניסטער דאָנאַלד טאסק האָט באַזוכט די לאַנד'ס גרעניץ מיט בעלאַרוס, און צוגעזאָגט צו פאַרשטערקערן די סעקיוריטי לענגאויס די גאַנצע מזרח גרעניץ • גוגל שטייט אויס שאַרפע קריטיק די טעג נאָכדעם וואָס אַ ווידיאָ האָט געצייגט איר 'נעסט ווירטואַלע געהילף' וויל נישט ענטפערן פראַגעס וועגן די האָלאָקאָוסט • די בּיידען אַדמיניסטראַציע שטייט אויס פאַרדאַמונגען נאָכדעם וואָס ס'איז אַרויסגעקומען די נייעס אַז ווייניגער פון איין טאָג איידער עס האָט געמאָלדן אירע פּלענער אָפּצושטעלן אַמעריקאַנער וואָפן פאַרקויפן צו מדינת ישראל •

4:48

אלגעמיינע נייעס: עס איז גאנץ זעלטן פאר וואלמארט אויפצוגעבן אויף עפעס, אבער יעצט האט עס די ריטעיל ריז געטון מיט העלט קעיר קליניקס

א' אמר פ״ד

קאנגרעס גרייט זיך צוצושטעלן א זעלטענע ברייטע גרענט פון 25 מיליאן דאלאר צו באקעמפן די לאנגיאריגע פראבלעמען פון אמעריקאנער ציטרוס פרוכט, ספעציעל אין פלארידע, וואו אינזעקטן האבן כמעט רואינירט די גאנצע סטעיט'ס ציטרוס שניט • פונקט 11 יאר צוריק האט ניו יארק סטעיט באשטעטיגט א געזעץ אז קאוטש-טשארטער באסעס דארפן האבן א סיט בעלט פאר אלע פאסאזשירן – אבער זייט דעמאלט האט מען אלעס געלאזט ביים אלטן • די פרייזן פון טאמעיטאס זענען ערווארטעט צו פאלן נאכדעם וואס א פעדעראלע האנדלס געריכט האט ארויסגעווארפן א באשלוס פון די פעדעראלע קאמערץ דעפארטמענט ארויפצולייגן גאר הויכע טאריף שטייערן אויף טאמעיטאס פון מעקסיקאו • די פעדעראלע העלט דעפארטמענט אין וואשינגטאן גרייט זיך ארויסצושיקן נייע פארשריפטן צו אלע העלט און מעדיקל קעיר פראוויידערס אין אמעריקע, אכטונג צו געבן קעגן סיי וועלכע דיסקרימינאציע קעגן דיסעביליטיס •

2:40
Share good
heint email good
פאפולערע קאטעגאריעס

אינטערוויוס

פארשידענס

געזונטהייט

אנאליזן

ביזנעס

נגינה