אידישע נייעס

וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.

אידישע נייעס: אידן איבער די וועלט זענען ווייטער מרבה בתפלה פאר'ן איראנער איד וועלכע שטייט אויס צו ווערן הינגעריכטעט רח"ל

ו' אמר פ״ד

א ניו דזשורסי פייער אינספעקטער קומט אינטער קריטיק פאר'ן לאזן פאלן אנדייטונגן אז אידן האבן בייזוויליג אינטערגעצינדן די פייער ביי די 'די-בי עלעקטאראניקס' געשעפט אין לעיקוואוד • העסקן ר' יואל אייזדארפער גייט איבערלאזן זיין פאזיציע אין סיטי האלל. ר' יואל, וועלכע האט שוין א לאנגע קאריער אין די פאליטישע קארידארן, האט סערווירט די לעצטע פאר יאר אלץ אידישע ראטגעבער צו מעיאר עריק עדעמס • מאימאנעדיס שפיטאל אין בארא פארק ארבייט אריין צו ברענגן מער אזיאנער איינגעשטעלטע, כדי צו קענען בעסער סערווירן די וואקסענדע אזיאנער געגענט ארום בארא פארק

2:10

אידישע נייעס: געפארפולער "80 טווין פאברעכער" וועלכער פלעגט טעראריזירן מאנסי איינוואוינער מיט זיך אריינברעכן אין קארס איז ענדליך אנגעקלאגט געווארן מיט קלאגעס

ה' אמר פ״ד

פרישע סטאטיסטיקס ארויס געגעבן ווייזן אז אין יאר 2022 למס' האט לעיקוואוד געזען מער נייע געבוירענע קינדער ווי סיי וועלכע אנדערע מוניציפאליטעט • א ריכטער האט געאורטיילט מען זאל פאראויס גיין מיט א טרייעל אקעגן א קאליפארניע קאלידזש פראפעסער וועלכע האט אומגעברענגט א אידישע קאנטער-פראטעסטירער דורכאויס דעמאנסטראציעס ארום די מלחמה אין עזה • א העלישע פייער היינט פארטאגס האט געפירט צום צייטווייליגן פארשליסונג פון די באקאנטע 'די-בי עלעקטאראניקס' געשעפט אין לעיקוואוד • א פארברעכער איז ארעסטירט געווארן נאכ'ן אויסשטעכן די רעדער פון א צאל קארס ביי די קאשער הייוו געשעפט נעבן וואלמארט אין די סאפערן געגענט אין ראקלענד קאונטי

2:35

אידישע נייעס: פראספעקט פארק זו אין ברוקין האט געמאלדן קומענדיגע מאי 25 למס' אלץ דאטום ווען די זו גייט צוריק געעפענט ווערן פאר די זומער

ג' אמר פ״ד

צענדליגער איינוואוינער אין מאנסי האבן זיך געטראפן אין אמערדזשענסי סיטואציעס מיט זייער וואסער ביל • ניו יארק סיטי מעיאר עריק עדעמס צוזאמען מיט גאווערנער האוקול און אנדערע באאמטע זענען אראפ געקומען צו די פירסט עוועניו וואסער פראנט נעבן בארא פארק צו מעלדן אן אפמאך צו טראנספארמירן די 'ברוקלין מארין טערמינאל'. די פלאן איז צו טראנספארמירן די שטח צו א מאדערנטע פארט און קאמיוניטי צענטער • מיט די אנקום פון די ווארימע וועטערס האבן עקספערטן ארויס געשטעלט ווארענונגן פאר מענטשען זיך אכטונג צו געבן איבער טיקס וועלכע דרייען זיך אין די פעלדער און די וועלדער

1:54

אידישע נייעס: קאנגרעסמאן מייק לאולער האט געמאלדן מיט צופרידענהייט אז עס גייט קומען 8 מיליאן דאלאר פרישע געלטער פאר אינפראסטראקטשער אין ראקלענד קאונטי

ב' אמר פ״ד

די טאמס ריווער פייער דיפארטמענט איז ארויס געקומען מיט א רוף צו איינוואוינער מען זאל זיין פארזיכטג מיט אי-בייקס אד"ג, נאכ'ן באשטעטיגן אז א ערענסטע הויז פייער אין די געגענט האט זיך אנגעפאנגן פון אן אפאראט וואס האט זיך געטשארדזשד • פאליציי אין פולע חרדישע געגענטער ארבייטן צו קומען אויף די שפירן פון פארברעכער וועלכע האבן אינסטולירט 'אי-בי-טי' סקימינג אפאראטן אין אידישע געשעפטן • די ניו יארק סטעיט פאליציי גרייט זיך אנטייל צו נעמען אין די יערליכע 'קליק איט אר טיקעט' קאמפיין, צו אינפארסירן די באנוץ פון סיעט-בעלטס, די קאמפיין גייט זיך אנפאנגן קומענדיגע וואך מאנטאג און לויפן פאר צוויי וואכן צייט

2:10

אידישע נייעס: סטאטיסטיקס ווייזן אז אין ניו יארק סיטי און די ארימיגע געגענטער וואוינען היינט צו טאגס כמעט 1.4 מיליאן אידן

א' אמר פ״ד

אידן וועלכע ווילן גיין מתפלל זיין ביים ציום פון הרה"ק ר' אליעזר חיים מיאמפולא זי"ע אין קווינס וועלן היי יאר קענען אהין גיין גרינגער, וויבאלד מען האט צום ערשטן מאל אויסגעארבייט עס זאל זיין אפן אין די נאכט שטונדן • מדינת ישראל באאמטע זאגן אז זייער יעצטיגע גיוס פלאן אויפ'ן טיש איז א צוגאנג וואס זיי האלטן אז עס וועט נעמען 10 יאר צייט צו גרייכן די לעצטע ציל פון וויפיל חרדישע אידן זיי וועלן אריין שלעפן אין די מיליטער היל"ת • קאנסטראקשאן ארבייט האט זיך אנגעפאנגן פאר א נייע 11 מיליאן דאלאר פראיעקט איבערצומאכן א 1.36 מייל שטרעקע אויף ראוט 45 אין ספרינג וואלי

2:23

אידישע נייעס: פאליציי האבן געעפנט אן אויספארשונג נאכדעם וואס עדות זאגן אז א פארשוין וועלכער האט זיך אליינס באצייכנט אלס א אידן פיינט, האט נאכגעשריגן אידן פארנט פון א שוהל

מוצ״ש קדושים פ״ד

אידישע סטודענטן אין די סיראקיוז יוניווערסיטי אין ניו יארק באקלאגן זיך, אז זיי שפירן ווי זייער לעבן איז אין א געפאר • א נייע אנאליז ערווענט אז די אידישע שטימען ביי די היי יאריגע פרעזידענט וואלן אין אמעריקע וועלן אויסמאכן אויף א שטארקע פארנעם • א אידישער סטודענט אין האלאנד איז געווארן ווילד אטאקירט דורך עטליכע פרא פאלעסטינער סטודענטן ביי א פראטעסט

0:52

אידישע נייעס: די צאל איינוואוינער אין ארץ ישראל איז געשטיגן די לעצטע יאר צייט מיט ארום 189 טויזנט, ארויף צו 9.9 מיליאן, לויט סטאטיסטיקס היינט פארעפענטליכט

ה' קדושים פ״ד

ענגלאנד'ס פרעמיער מיניסטער רישי סונעק איז ארויס געקומען מיט א רוף פאר אן ענדע צו אנטיסעמיטיזעם אין ארטיגע אוניווערסיטעטן. סונעק האט זיך באצויגן צו אנטיסעמיטיזעם וואס מען זעט ביי אנטי-מדינת ישראל פראטעסטן צוליב די מלחמה אין עזה • אין אנדערע נייעס האט מען געהערט געשרייען אקעגן אידן ביי די ריזן ראלי פון טויזנטער פראטעסטירער אין די שוועדישע שטאט מעלמא • געזעצגעבער אין ניו דזשורסי וועלן באטראכטן א ביל וואס גייט פארבאטן עסן געשעפטן אין די סטעיט פון צושטעלן פלאסטיק געשיר אויסער אין א באגרעניצטע צאל פעלער

2:15

אידישע נייעס: ראקלענד קאונטי הצלה האט אנגעפאנגן פארטיילן פריי פון אפצאל ספעציעלע שילדן פאר סווימינג פולס מיט די נומער פון חברה הצלה

ד' קדושים פ״ד

די ניו יארק מאטאר וויעקעל דיפארטמענט האט אינטערגענומען א קאמפיין צו זען אז מער מענטשען זאלן זיך איינגעבן פאר די נייע 'ריעל איי-די' קארטלעך, אין צייט וואס עס איז פארבליבן קוים א יאר ביז ווען מען גייט עס מוזן פארמאגן • אידן אין מאנסי האבן באגריסט די אויפנאמע פון ר' משה גרובער אלץ דירעקטער פון די 'לעגיסלעטיוו פיסקל אפעירס' אינערהאלב די ראקלענד קאונטי לעגיסלאטור • אין אנדערע נייעס איז א אן ארטאדאקסישע פרוי געווארן אריין געוועלט אלץ טראסטי אין די פינקלסטיען פובליק לייברערי אין ספרינג וואלי

2:16

אידישע נייעס: צוויי ארטאדאקסישע בחורים וועלכע האבן נישט קיין שום פארבינדונג איינער מיט'ן צווייטן זענען געווארן אראפ געפירט פון אן 'אמעריקאן עירליינס' פליגער אן קיין ערקלערונג

ג' קדושים פ״ד

ראקלענד קאונטי חברים האבן באוויזן צו ראטעווען די לעצטע מינוט א פרוי פון ארויס געבן 30 טויזענט דאלאר פאר שווינדלער וועלכע האבן זיך פארגעשטעלט אלץ מארשעל אגענטן • ניו יארק סטעיט אסעמבלי ספיקער קארל העיסטי האט געמאלדן אז די סטעיט גייט אינוועסטירערן 500 טויזנט דאלאר איבערצוקוקן און איבערצומאכן די סטעיט'ס האלאקאוסט קאריקולעם • געזעצגעבער אין ניו דזשורסי באטראכטן א ביל שטרענגער צו מאכן די שטראפן אקעגן פארברעכער וועלכע ברעכן זיך אריין אין הייזער

2:46

אידישע נייעס: די פאליציי אין בארא פארק ארבייט צו קומען אויף די שפירן פון א פארברעכער וועלכע האט זיך ארום געדרייט אפשניידן פאון און וויי-פיי סערוויס ווייערס

ב' קדושים פ״ד

די מדינת ישראל שטייער אויטאריטעט האט געלאזט אין גאנג אן 'אינוואויס סערטיפיקעישאן' פראגראם, א פראגראם וואס מען וויל שוין לאנג אריין ברענגן אבער עס האט זיך פארשלעפט צוליב די אנגייענדע מלחמה • די צאל באזיכער פאריגע חודש למס' אין ארץ ישראל איז געווען בלויז 81.2 טויזנט, אין פארגלייך צו כמעט 380 טויזנט פאריגע יאר די זעלבע חודש • א נישט-אידישער אקטיוויסט וועלכע ארבייט צוזאמצוברענגן ספרים פון די אוצר הספרים פון ישיבת חכמי לובלין גייט אהער שטעלן אן אויסשטעלונג פון 10 ספרים וואס ער האט באוויזן ביז יעצט צוזאמצונעמען

2:22
Share good
heint email good
פאפולערע קאטעגאריעס

אינטערוויוס

פארשידענס

געזונטהייט

אנאליזן

ביזנעס

נגינה