בולעטין

וואס איז נייעס? ברעכנדע נייעס געלופטערט פרישערהייט; ווי נאר עס שפילט זיך אפ אויף די לאקאלע מאפע און נאציאנאלן פראנט.

ביידען אדמיניסטראציע געפירט געשפרעכן מיט איראן דורך אמאן איבער בארואיגן אנגעצויגנקייט אין מיטל מזרח‎

ו' אמר פ״ד

די געשפרעכן זענען פארגעקומען אין אמאן, וואו צוויי באאמטע פון די ביידען אדמיניסטראציע, ברעט מעגורק און עברעם פאלי האבן גערעדט מיט ארטיגע אראבישע באאמטע, וועלכע האבן געטראגן און געברענגט מעסעדזשעס פון איראנער דיפלאמאטן. דערווייל איז נישט קלאר וויאזוי איראן האט רעאגירט צו אמעריקע'ס פארלאנגען צו בארואיגן דעם מצב אינעם מיטל מזרח, אבער מען הערט אז איראן האט אויך אן אינטערעסע אז ס'זאל נישט אויסברעכן א קריג מיט מדינת ישראל.

0:39

אויפדעקונג: קאטאר האט פארלאנגט כאמאס צייטווייליג צו פארלאזן הויפטשטאט דאהא צוליב פאראליזירן געשפרעכן‎

ו' אמר פ״ד

עס איז געווען דאס ערשטע מאל זייט די מלחמה האט אויסגעבראכן וואס קאטאר האט גענומען דעם שריט פון צייטווייליג ארויסווארפן די כאמאס פירער, וועלנדיג לייגן פרעשור אויף כאמאס אז זיי זאלן זיך ברעכן אין די אנגייענדיגע געשפרעכן. די שריט איז אבער געווען נאר סימבאליש, ווייל די כאמאס פירער האבן פאקטיש נישט פארלאזט קאטאר, נאר האבן באקומען דעם שארפן מעסעדזש פון די קאטארישע רעגירונג.

0:32

סטאק מארקעט שליסט וואך מיט שטארקע פארדינסטן און דאו דזשאונס ענדיגט טאג מיט 40,000 צום ערשטן מאל‎

ו' אמר פ״ד

דער דאו דזשאונס איז שוין נעכטן דאנערשטאג אנגעקומען צו פערציג טויזנט, אבער איז אביסל געפאלן בעפאר'ן זיך שליסן, און היינט איז דער אינדעקס ווייטער געוואקסן און האט זיך געשלאסן ביי העכער פערציג טויזנט, אינאיינעם מיט וואוקס אין אנדערע אינדעקסעס. צווישן אנדערן איז דער עס ענד פי 500 געווארן געשלאסן העכער, אבער דער נעסדעק איז יא אביסל געפאלן, און די פרישע וואוקס אויף די מארקעטס קומט צוליב נייע אפטימיזם אז די פעדעראלע רעזערוו וועט יא פריער שניידן אינטערעסט ראטעס.

0:35

וועטער עקספערטן זאגן אז רוב אמעריקאנער סטעיטס וועלן האבן עקסטרעמע היצן אינעם היי יאר זומער סעזאן‎

ו' אמר פ״ד

נייע דאַטאַ וואָס די עקספּערטן נוצן צייגן אַז די ים'ען וואַסערן זענען אומגעווענליך הייס און דאָס איז באַזונדער אמת אין די גאָלף אָוו מעקסיקאָ ים און אין די קאַריביען, וועלכע באַאיינפלוסן די וועטערס אין פלאָרידע. די זאָרג ביי רעגירונג באַאַמטע איז, וויאַזוי מען וועט זיך ספּראַווען מיט די טויטליכע אַפעקטס וואָס די עקסטרעמע היצן ברענגען, נאָך וואָס אין יאָר 2023 זענען געווען כמעט צוויי אַהאַלב טויזנט היץ-פאַרבינדעטע טויטפעלער.

0:32

עקספערטן זאגן אז ניו יארק קען ליידן רויעך פון קאנאדישע וואלדפייערן, אבער נישט אויף פארנעם ווי פאראיאר‎

ו' אמר פ״ד

עס ברענען יעצט נאָנט צו ניינציג אַקטיווע וואַלדפייערן אין די קאַנאַדישע פּראָווינצן פון בריטיש קאָלאָמביע און אַלבערטאַ, און אַביסל פון די רויעך האָט זיך שוין אָנגעזען און געשפּירט אין מאַנטענאָ, די דעקאָטעס, מינעסאָטע און וויסקאַנסין. אָבער די עקספּערטן זאָגן אַז מען גלייבט נישט אַז ניו יאָרק וועט ליידן די זעלבע ערנסטע צושטאַנד אַזוי ווי פאַראַיאָר ווען די הימלען זענען געווען אָראַנדזש און ס'האָט געשמעקט פון שווערע רויעך פאַר עטליכע טעג.

0:32

פרישע דאטא פון באנק אוו אמעריקע צייגט העכערונג אין שפענדונג צווישן שוואכערע פארדינער פאמיליעס‎

ו' אמר פ״ד

די דאַטאַ צייגט אַז צווישן די שוואַכסטע פאַרדינער איז געווען א העכערונג פון צוויי פּראָצענט אין די שפּענדונג אין חודש אַפּריל, און דאַקעגן העכערע פאַרדינער האָבן נישט אַזוי שטאַרק פאַרמערט זייער שפּענדונג. די פרישע ציפערן מאַכן שטאַרק אויס, וויבאַלד קאָנסומער שפּענדונג איז די זאַך וואָס טרייבט די עקאָנאָמיע, און עס צייגט אַז אַמעריקאַנער שפּענדן ווייטער טראָץ אינפלעישאָן.

0:29

שווערע "עיטש 5 ען 1" סטרעין פון פייגל פלו געטראפן ביי פייגלעך און קאטשקעס לענגאויס ניו יארק סיטי‎

ו' אמר פ״ד

די וויירוס איז געטראָפן געוואָרן דורך די "ניו יאָרק סיטי וויירוס האָנטערס" גרופּע, וועלכע זאָגט אַז זייערע וואָלונטירן האָבן געזאמלט ניינצן הונדערט סעמפּלס פון פייגל אָפּפאַל אין פּאַרקס לענגאויס ניו יאָרק סיטי און אַרום. נאָכ'ן טעסטן די אַלע סעמפּלס, האָט זיך אַרויסגעשטעלט אַז עס איז געווען זעקס פייגלעך וואָס האָבן געהאַט די "עיטש 5 ען 1" סטרעין פון די פייגל פלו וויירוס, אַריינגערעכנט דריי קאַנאַדישע קאַטשקעס, און איין טשיקן.

0:32

שטארקע זארג איבער כיזבאללא'ס אויסגעברייטערטע וואפנס זאפאס, אריינגערעכנט דראונס וואס קענען שיסן מיסילס‎

ו' אמר פ״ד

די זאָרג איז אַרויפגעקומען אויפן אויבערפלאַך נאָך אַן אַטאַקע וואָס כיזבאַללאַ האָט דורכגעפירט אויף א מדינת ישראל מיליטערישע איינריכטונג אין צפון ארץ ישראל, נוצנדיג א דראָון וואָס האָט אַרויסגעשאָסן צוויי מיסילס. אויסער דעם פאַרמאָגט כיזבאַללאַ אין די לעצטערע וואָכן מער שווערע מיסילס וואָס קענען אָפּטאָן מער שאָדנס פאַר די צילן אויף וועלכע מען שיסט עס אַרויס.

0:30

פערצן יעריג קינד פון ארץ ישראל איבערגעפאלן און אומגעווארפן געווארן ביי סקול אין ניו בראנזוויק, קאנאדע‎

ו' אמר פ״ד

א אידישע אָרגאַניזאַציע האָט אַרויסגעשטעלט אינפאָרמאַציע איבער די ווילדע אַנטיסעמיטישע איבערפאַל, זאָגנדיג אַז עס האָט פּאַסירט מיט א פערצן יעריג קינד וואָס קומט פון ארץ ישראל און זי לערנט אין קאַנאַדע. די סקול איינגעשטעלטע האָבן נאָך דעם אינצידענט באַשולדיגט דאָס אידישע מיידל אין די קריגעריי, אָבער לאָקאַלע אידן אין ניו בראנזוויק זאָגן אַז עס איז געווען קלאָר אַן אַנטיסעמיטישע אינצידענט.

0:29

רוסישער זעלנער אומגעברענגט דורך רוסלאנד'ס פעדעראלע סעקיוריטי סערוויס צוליב פלאנירן אייסיס אטאקע‎

ו' אמר פ״ד

דער רוסישער זעלנער איז באַריכטעט געוואָרן צו פּלאַנירן אַן אַטאַקע אויף לאָו ענפאָרסמענט אָפיצירן, און מען האָט געטראָפן אין זיין באַזיס א קאלאשניקאוו מיליטערישע גאָן און א באָמבע וואָס ער האָט זיך געהאַט געגרייט צו נוצן. די רוסישע מידיאַ באַריכטעט אַז דער זעלנער האָט געהאַט קאָמיוניקאַציע מיט אויסלענדישע אייסיס טעראָריסטן, און ער איז אומגעברענגט געוואָרן אינעם ווילעדזש אדיל-קאלאק אין די טשערקאַס רעפּובליק געגנט.

0:33
Share good
heint email good
פאפולערע קאטעגאריעס

אינטערוויוס

פארשידענס

געזונטהייט

אנאליזן

ביזנעס

נגינה