אלגעמיינע אינטערוויוס

באלערנדע שמועסן! אפעטיטליכע אינטערוויוס מיט פאפולערע פיגורן; וואו זיי לופטערן זאכליכע ידיעות פון וואס מ'קען פיל יונק זיין.

אינטערוויו: העסקן ר' יואל מייזעלס - השגחה פרטית אין היינטיגע צייטן

ה' אמר פ״ד

העסקן ר' יואל מייזעלס מיט א רירנדער אינטערוויו נאכדעם וואס זיין אשת חיל האט געהאט די זכי' צו געבן לעבן פאר אן אנדערן איד, און וויאזוי דאס איז צושטאנד געקומען פון אן אונטערנעמונג וואס ער האט דורכגעפירט צו שאפן נירן פאר אנדערע אידן. אויך: הערט וויאזוי א איד וואס האט זיך מקריב געווען פאר כיבוד אב ואם האט זוכה געווען צו דער ברכה פון למען יאריכון ימיך דורך דעם ניר. וְכָל קֶרֶב וּכְלָיוֹת יְזַמְּרוּ לִשְׁמֶךָ

20:17

אלגעמיינע אינטערוויו: הרב אלכסנדר פאמאנסקי - היימישער ברוינפן ברענעריי אין וואודריטש

ה' אמר פ״ד

ווי אזוי מאכט מען ברוינפן / איז ברוינפן חמץ / די חילוק פון ברוינפן ביז ביר / וואס מיינט ברענדי / וויאזוי מאכט מען שליוואוויץ / וואס באדיידט קאניאק / כאפן פיש לכבוד שבת / טרינקן אייגענע ברוינפן / ספעציעלע וואסער / ביים וואודריטשער רב שליט"א / טראגן אין געשעפטן / וואודריטש א גאנץ יאר

24:12

אלגעמיינע אינטערוויו: הרב שמשון ווייס - מלמד און מגי"ש

ב' אמר פ״ד

א מלמד צופרי / נאכמיטאג א מגיד שיעור / ביינאכט גיבט מען שיעורים פון מלמדים / מלמדים דורי דורות / באהאלטענע קרונה חדרים / א חדר אמאל און היינט / חילוק צווישן א מלמד און א מגי"ש / פארשידענע סארט קינדער / ומצדיקי הרבים ככוכבים

29:50

אלגעמיינע אינטערוויו: הרב נפתלי הערש צאהלער - יארצייט פון הרה"ק ר' ישעי'לע מקערעסטיר זי"ע

ה' קדושים פ״ד

הערט פון ר' נפתלי הערש איבער ישועות וואס מען זעט ביים הייליגן צדיק, און איבער דאס ארויסהעלפן די אייניקלעך פונעם בעל מופת

41:48

אלגעמיינע אינטערוויו: ר' ראובן קוגעל - דיעטע לויטן שלחן ערוך

ה' קדושים פ״ד

יוגענט אין קאמאנאיסט רוסלאנד / ווען צו עסן על פי תורה / צוויי סעודות א טאג / די געזונטהייט פון אייער, לעיבער און גריוון / הערינג און קרעקערס / וויאזוי אויסצופאסטן ריכטיג / וואס צוקער טוט פאר די קערפער

23:42

אלגעמיינע אינטערוויו: ר' חיים ווייכמאן - דירעקטאר אוו דעוועלאפמענט פון די עי טיים ארגאנזאציע

ד' קדושים פ״ד

ר' חיים ווייכמאן דירעקטאר אוו דעוועלאפמענט פון די עי טיים ארגאנזאציע איבער די יום הש"ס קומענדיגע מיטוואך חוקת

30:47

אלגעמיינע אינטערוויו: הרב דוד דאמען - קערעסטיר

ג' קדושים פ״ד

וואס האט אים געצויגן צו קויפן א הויז אין קערעסטיר / פערזענליכע מעשיות וואס ער האט געהערט פון די בעלי המעשה און איז עס נאכגעגאנגען עד הסוף / א שידוך פאר אן עלטערער בחור / פטור געווארן פונעם רודף / די אויסגעהיילטער מאגען / רבי ישעילעס אייגענע מופת

30:48

אלגעמיינע אינטערוויו: ר' שלום דאווידאוויטש - האדעוועט הונדערטער בעלי חיים

א' קדושים פ״ד

ר' שלום האט אין די צייט פון קאראנע געקויפט צוויי ציגעלעך אין די געגענט פון לעיקוואוד, א שריט וואס האט אים שפעטער צוגעברענגט צו האבן א פארם פון הונדערטער בעלי חיים וואו מען קען קומען געבן עסן און זיך דרייען צווישן די שאף

50:02

אלגעמיינע אינטערוויו: ברוך אירנאווסקי - מאלערייען אין שוהלן

ה' אחרי פ״ד

ר' ברוך גיבט זיך אפ מיט פארשענערן און באצירן בתי מדרשים מיט מאלערייען און הערליכע אילוסטראציעס אויף פענצטערס פון די שוהלן און אידישע צענטערן

38:56

אלגעמיינע אינטערוויו: זכרונות פון די ערשטע איינוואוינער אין די היינטיגע גרויסע אידישע געגענטער (חלק א')

א' אחרי פ״ד

הערט פון אידן וואס זענען פון די ערשטע איינוואוינער אין די היינטיגע גרויסע אידישע געגענטער, און געדענקן נאך ווען די היינטיגע גרויסע היימישע צענטערן און שטעטלעך זענען נאך געווען קליינע געגענטער מיט ווייניג איינוואוינער און נויטיגע איינריכטונגען:

ר' שרגא פייוול מושינסקי פון מאנסי, ר' חיים הערש אפפעל פון קרית יואל און ר' יוסף ראפאפארט פון מאנטריאל.

2:34:52
Share good
heint email good
פאפולערע קאטעגאריעס

אינטערוויוס

פארשידענס

געזונטהייט

אנאליזן

ביזנעס

נגינה