א טראפ טיפער - שמעון ראלניצקי

א טראפ טיפער - שמעון ראלניצקי

ו' אמר פ״ד

טראמפ און ביידן איבערראשן די פאליטישע וועלט מיט'ן איינגיין אויף פריצייטיגע דעבאטעס. ר' שמעון און ר' משה דעבאטירן ווער ס'קומט ארויס ידו על העליונה.

-

ביטע ביישטייערט פאר דער הייליגער ארגאניזאציע רינועל וואס העלפט חולי ישראל וועלכע זענען אנגעוויזן אין א ניר דורך ר' שמעון:

https://www.dryveup.com/renewal/747

26:55

א טראפ טיפער - שמעון ראלניצקי

ו' קדושים פ״ד

גרויס כעס הערשט אין מדינת ישראל קעגן פרעזידענט ביידן ווייל ער האט אפגעהאלטן די ליפערונג פון איין געוויסן וואפן וואס מדינת ישראל ניצט צו אומברענגען ציווילע מענטשן

24:08

א טראפ טיפער - שמעון ראלניצקי

ד' קדושים פ״ד

ווייטערדיגע אנאליזן וועגן דעם מצב אין מדינת ישראל

23:41

א טראפ טיפער - שמעון ראלניצקי

ב' קדושים פ״ד

די אמעריקאנער אוניווערזיטעטן זענען איבערגעדרייט נאכדעם וואס פרא-פאלעסטינער פראטעסטן האבן ארגאניזירט מאסן-פראטעסטן. צי דארפן אידן זיין באזארגט?

30:14

א טראפ טיפער - שמעון ראלניצקי

א' קדושים פ״ד

די וועלט איז געשפאנט. אלע ווארטן צו זען אויב כאמאס וועט איינגיין אויף אן אפמאך מיט מדינת ישראל און אנפאנגען באפרייען נאך פון די משכונות וועלכע שמאכטן שוין אין פינסטערע טונעלן טיף אונטער דער ערד פאר באלד זיבן חדשים. דערווייל איז א גרויסע שאלה אויב מדינת ישראל וועט באווייזן אויסצופירן איר הויפט פריאריטעט: פארניכטן כאמאס און ברענגען א סוף צום פאלעסטינער טעראר

26:45

א טראפ טיפער - שמעון ראלניצקי

ו' מצרע פ״ד

מדינת ישראל האט למעשה יא געענטפערט איראן "יוצא צו זיין". אין אן אטאקע וואס איז "נישט אראפצושלינגען און נישט אויסצושפייען." ספיקער מייק דזשאנסאן, אין א בראוון שריט, ברענגט דעם אויסערן-הילף ביל פאר אן אפשטימונג, פארזיכערנדיג ביליאנען דאלארן אין הילף פאר אוקראינע, מדינת ישראל און טאיוואן. הרה"ח ר' ישראל אהרן קלעצקין הי"ו רעדט וועגן די גאולה גלאקן וועלכע קלינגען אזוי הויך

45:41

א טראפ טיפער - שמעון ראלניצקי

ה' מצרע פ״ד

מדינת ישראל האט שוין געהאלטן בעפאר'ן דורכפירן צוויי נקמה אטאקעס און ביידע אפגערופן אין דער לעצטער מינוט. ביבי נתני-הו איז צעריסן צווישן זיינע עקסטרעם-רעכטע קאאליציע שותפים און די מעסיגע ווי ארי' דרעי וועלכע זאגן אים ער זאל נישט דורכפירן קיין אטאקע וואס קען אויפפלאקערן א גרויסן קריג רח"ל. יעצט הייסט עס אז ביז נאך פסח וועט גארנישט זיין

16:31

א טראפ טיפער - שמעון ראלניצקי

ב' מצרע פ״ד

אמעריקע אינאיינעם מיט אייראפעאישע און אראבישע לענדער זענען די שליחים פון השי"ת צו ראטעווען אידן אין ארץ ישראל פון א שרעקליכן האגל פון דראון און מיסיל אטאקעס פון איראן. יארן פון שווערע הארעוואניע דורך די טראמפ און ביידן אדמיניסטראציעס האבן זיך אויסגעצאלט. לעצטע נייעס: מדינת ישראל גרייט זיך אויף א פרישער אטאקע אויף איראן, ארויסרופנדיג גרויס זארג אז ס'קען זיך נאך צעפלאקערן אן ערנסטע מלחמה רח"ל

26:09

א טראפ טיפער - שמעון ראלניצקי

ו' תזריע פ״ד

א רייע באריכטן לויטן אז אן איראנער נקמה אטאקע אויף מדינת ישראל איז א קורצע צייט אוועק. דער אויבערשטער זאל שומר ומציל זיין די אידן אין ארץ ישראל

14:24

א טראפ טיפער - שמעון ראלניצקי

א' ויקרא פ״ד

סענאט מאיאריטעט פירער טשאָק שומער איבערראשט אמעריקע און שאקירט מדינת ישראל מיט א שארפער רעדע קעגן דעם פרעמיער מיניסטער ביבי נתניהו. א שמועס מיט דעם מארקעטינג עקספערט ר' יאָסי פריעד פון ארץ-ישראל

20:34
Share good
heint email good
פאפולערע קאטעגאריעס

אינטערוויוס

פארשידענס

געזונטהייט

אנאליזן

ביזנעס

נגינה