בולעטין
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
ה' נצו"י פ״ו
מנהיגי עדות קדושות בישראל, וואָס האָבן אין דעם פאַרנומענעם זמן זיך מטריח געווען בטרחא דגברא רבא צו מאַכן דעם לאַנגען וועג ביז קיין וואַשינגטאָן הבירה לטובת אחינו בני ישראל. ווי די עסקנים אויפ'ן פּלאַץ געבן איבער, איז די אַטמאָספערע ביים זיצונג געווען גאָר פּאָזיטיוו, ביי וועלכן דער פּרעזידענט האָט העכסט-רעספעקטפול אויפגענומען די רביים שליט"א, און איז איבערגעגאַנגען די דערגרייכונגען פון זיין אַדמיניסטראַציע פאר די אידישע אינטערעסען, אויף וואָס די רביים שליט"א האָבן אַרויסגעברענגט דעם הכרת הטוב וואָס אידן שפּירן צום פּרעזידענט ביי וועמען אידן האָבן כסדר אן אוזן קשבת פאר די אידישע אינטערעסען.
דורכאויס די צייט האָבן די רביים שליט"א אויפגעברענגט א צאָל וויכטיגע איינגעלעגענהייטן מיט וואָס דער פּרעזידענט קען ווייטער בייהילפיג זיין פאַר'ן היימישן ציבור, און ס'איז געווען איינדרוקסקפול מיטצוהאַלטן די שטאַרקע אינטערעסע וואָס דער פּרעזידענט האָט אַרויסגעצייגט, מיט א וואַרעמע פאַרשפּרעכונג אַז ער וועט ווייטער שטיין אין פאַרבינדונג, זיכער צו מאַכן אַז אידן אין אַמעריקע און איבער די וועלט קענען לעבן בשלוה ומנוחה אָן קיין שטער. נאָכ'ן איבערגעבן פאַר'ן פּרעזידענט די וואַרעמסטע וואונטשן, איז דער זיצונג געשלאָסן געוואָרן, און כלל ישראל קוקט אַרויס אַז דער באַזוך זאל ברענגען די געוואונטשענע רעזולטאַטן לטובתן של ישראל, ובימיו ובימינו תוושע ציון וירושלים. די רביים שליט"א פאַרלאָזן יעצט דעם ווייסן הויז אויפ'ן וועג צום לופטפעלד, פון וואו די פליגערס וועלן זיך הייבן ביז געציילטע מינוטן, אויפ'ן וועג אַהיים קיין ניו יאָרק און ניו דזשורזי וואו מען וועט בשטומ"צ לאַנדן אין די שפּעטערע נאָכמיטאָג שעות. דער טאָג פון דאָנערשטאָג נצבים וילך וועט זיכער אַריינגיין אין די היסטאָריע פון כלל ישראל אַלס דער טאָג ווען די מנהיגים פון די קהלות קדושות בישראל האָבן פאַרברענגט תחת קורת גג אחד בבית המלכות, מיט ווייטגרייכענדע שתדלנות פון וואָס כלל ישראל וועט אי"ה שטאַרקן געניסן, ולה' הישועה.