בולעטין
נייעס
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
ב' וירא פ״ז
דעפענס סעקרעטאר העגסעט פרובירט צו ווערן נאמינירט פאר סענאט זיץ זיך צו באשיצן פון אימפיטשמענט
דעפענס סעקרעטאר פיטער העגסעט האט אנגעהויבן זוכן צו ווערן נאמינירט פאר טענעסי'ס סענאט זיץ, אינמיטן א וואקסנדע געפאר אז די דעמאקראטן אין קאנגרעס וועלן אים פרובירן צו אימפיטשן.
לויט באריכטן האט העגסעט זיך געוואנדן צום רעפובליקאנער סענאטאר פרוי בלעקבוירן, אז ער זאל איר ערזעצן אויב זי געווינט טענעסי'ס גאווערנאר אמט, וואס אין אזא פאל וועט מען דארפן שטעלן א נייעם סענאטאר אויף איר פלאץ.
העגסעט האט אמאל געוואוינט אין טענעסי פאר דריי יאר און האט אנדערע פארבינדונגען מיט די סטעיט, און ער האפט אז צו ווערן אריינגעשטעלט אלס א סענאטאר וועט אים באשיצן פון דארפן ווערן אימפיטשט.