בולעטין
נייעס
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
ב' וירא פ״ז
פרעזידענט טראמפ באטראכט פלאן צו שענקען פארדאנס פאר טויזנטער ווייסע הויז איינגעשטעלטע בעפאר מידטוירם וואלן
פרעזידענט טראמפ באטראכט צו געבן פארדאנס פאר טויזנטער ווייסע הויז און אדמיניסטראציע איינגעשטעלטע אין די טעג בעפאר די מידטוירם וואלן.
דער פלאן ווערט באטראכט צוליב זארג אז די דעמאקראטן וועלן אונטערנעמען מאסיווע אויספארשונגען און אימפיטשמענט פרואוון קעגן הויכע ווייסע הויז באאמטע אויב זיי געווינען קאנטראל פון קאנגרעס ביי די וואלן.
לויט באריכטן האבן ווייסע הויז לויערס אנגעהויבן איבערקוקן די געזעצן איבער די לעגאלע באשיצונגען פאר נידריגע ווייסע הויז באאמטע וואס זענען פארמישט אין דעפארטאציע אפעראציעס, מיליטערישע אפעראציעס און האנדלס פאליסיס.