בולעטין

נייעס

וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען. 

א' וירא פ״ז

פרעזידענט טראמפ האט געלאזט הערן אז ער וועט מעגליך ארויפשטעלן צוויי הונדערט פראצענט טאריפס אויף אימפארטס פון רוסלאנד און אוקריינע, צו לייגן דרוק אויף ביידע לענדער צו ענדיגן די מלחמה.
טראמפ זאגט אז מיט סטראשענען ענליכע הויכע טאריפס האט אים געהאלפן לעזן פינף פריערדיגע קאנפליקטן. טראמפ האט אבער אנערקענט אז אמעריקע אימפארטירט צו ווייניג פראדוקטן פון רוסלאנד און אוקריינע, אז די נייע הויכע טאריפס זאלן האבן סיי וועלכע עכטע אפעקט און דערשרעקן די ביידע לענדער צו קומען צו א דיפלאמאטישע לעזונג.