בולעטין

נייעס

וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען. 

א' וירא פ״ז

א מאסיווע פייער האט כמעט גענצליך פארניכטעט אדאלף היטלער'ס טרויעריג באקאנטע איגעל'ס נעסט וואקאציע רעזארט אין דייטשלאנד'ס אלפען בערג.
בערך צוויי הונדערט פייערלעשער האבן געארבעט צו באקעמפן די פלאמען ביי די היסטארישע קעלסטיינהאוז, וואס געפונט זיך נעבן בערכעטעגאדען, דייטשלאנד, און די שנייען און מאכטפולע ווינטן האבן פארשווערט די פייערלעשער ארבעט.
דאס פלאץ איז געבויט געווארן אין 1938 פאר נאצי באאמטע און עס האט איבערגעלעבט די צווייטע וועלט קריג אומגעשעדיגט, און די אויטאריטעטן האבן געזאגט אז א 33 יעריגער דייטשער בירגער איז ארעסטירט געווארן אין פארבינדונג מיט די פייער.